הננס הענק
ווען איך האָב לעצטנס אָפּגעלייענט ר' לייזר ננס'ס זכרונות, 804 בלעטלעך, איך בין געווען פֿאַרטרייסלט פֿון עמאָציעס, געציטערט, און בעיקר - פֿאַרשטומט פֿון הדרת-כּבֿוד. ר' לייזר איז געבוירן געוואָרן אין כערסאָן, אוקראַיִנע, אין דעם יאָהר תרנ"ז - 1897. זײַענדיק פֿינף יאָהר אַלט, האָט דער טאַטע זײַנער איהם צוזאַמען מיטגענומען קיין ליובאַוויטש, צו זײַן בײַם פֿינפֿטן ליובאַוויטשן רבי'ן, כ"ק אדמו"ר שלום דובער שניאורסאָהן זי"ע. דער רבּי האָט איהם געפֿרעגט צו זײַן נאָמען. "אליעזר", האָט דער קליינער געענטפֿערט. "און אוואו שטייט אליעזר אין די תורה, און וואָס שטייט נאָך דאָרטן, וואָס הייסט אליעזר?" "דער טאַטע האָט מיר דערציילט", האָט געענטפֿערט דער קליינער לייזר, "אַז ווען בין איך געבוירן געוואָרן, האָט דער טאַטע געשיקט אַ טעלעגראַמע צום רבּי'ן, אויף צו בעהטן אַ בּרכה פֿאַר מיר און פֿאַר די מאַמע. דער טאַטע האָט אויכעט געפֿרעגט בײַם רבּי'ן וועלכער נאָמען מיר צוגעבן. דער רבי האָט געהייסן מיר צו הייסן "אליעזר", און האָט באַוואָרנט אַז משׁה רבּינו האָט געהייסן זײַן זון אליעזר, און וויבאַלד דער נאָמען "אליעזר" איז פֿון צוויי ווערטער "א-לי, עזר", האָט אַזוי משׁה רבּינו געדענקט אז ער איז ניצל געוואָרן פֿון חרבֿ פּרעה". דער רבּי האָט געמאַכט אַ סימן צום לייזר'ן נעענטער צו קומען. דער רבּי האָט איהם כּמעט געשושקעט אין אויער: "פּרעה'ס שווערד האָט נישט געהאַט קיין שליטה אויף משׁה-רבּינו. אָט אַזוי וועט זײַן באַ דיר. פּרעה'ס שווערד וועט אויף דיר קיין שליטה נישט האָבן". שפעהטער האָט איהם דער רבּי געבענטשט מיט אריכות-ימים. ר' לייזר האָט אויסגעוואַקסט און געוואָרן אַ בּחור'ל, האָט געלערנט אין ליובאַוויטש אין ישיבֿת תּומכי-תמימים, שפעהטער האָט ער חתונה געהאט מיט זײַן ווײַב רייזל, און געלעבט זײַנע יאָהרן אַלס אַ חסיד, אַ ירא-שׁמים און אַ למדן. פֿאַרפֿינצטערע וואָלקן האָבן געקומען אויף דער רוסישער הימל. עס זײַנען געווען די שווערע יאָהרן אונטער דער מלוכה פֿון דער באַוואוסטער דיקטאַטאָר און מערדער, סטאַלין ימח שׁמו וזכרו. זײַנע מלאכי-חבּלה פֿון נ.ק.וו.ד (דער פֿריערדיקער נאָמען פֿון ק.ג.ב) האָבן געזוכט בּחוֹרין ובֿסדקין נאָכן "עוונותיהם של ישראל". שנת תרצ"ו, ליל ערב יום כיפור. (5.10.1935) ר' לייזר זיצט אין דער היים, אין דער שטאָט ראָסטאָוו, ווען ער הערט אַז איימיצן קלאַפּט אויפֿן טיר. "ווער איז דאָס?" פֿרעגט ר' לייזר. "פֿונעם פּאָשטע!" הערט ער אַן אומבאַקאַנטער קול. ר' לייזר מאַכט אויף די טיר, און זעהט אַ פּאָר סאָלדאַדן מיט כּלי-משׁחית אין די הענט. נאָך אַ חיפּוּשׁ אַ גאַנצער נאַכט, זיי האָבן איהם מיטגענומען. אין דער נאַכט, מ'האָט איהם אײַנגעשטופט אין אַ קאַראָבּקע, דאָרטן איז ער געבליבן דעם גאַנצן יום-הכּיפּוּרים. דאָרטן האָט ער געדאַוונט "כּל-נדרי" פֿונעם זכּרון, דאָרטן האָט ער געוויינט צום רבּונו-שׁל-עולם, דאָרטן האָט ער געטראַכט וועגן יונה במעי הדגה, אויף וועלכן מ'לייענט אין הפֿטורה פֿון מנחה של יום כיפּור, אַז ער איז געווען אין ענלעכע סיטואַציע אַזוי ווי ער, און ניצל געוואָרן. במוצאי היום הקדושׁ, מ'האָט אַרויסגענומען ר' לייזר'ן פֿונעם קאַראָבּקע, און ער האָט קוים געקאָנט שטיין אויף די פֿיס, ווײַל ער איז ער געווען דאָרטן געקוועטשט אַ גאַנצן מעת-לעת. נאָך די שווערע חקירה ודרישה, מ'האָט איהם גע'משׁפּט לויט סעיף 58, קאָנטר-רעוואולוציאָנער, "בעוון" לימוד תורה מיט קינדער, מאַכן "חדרים" און אַלערליי "עוונות וּפּשׁעים". מ'האָט איהם גע'משפּט אויף צען יאָהר צו שיקן אין סאָוועטישער עבֿודת-פּרך-לאַגער, אין די ווײַטע סיביר. דאָרטן אין לאַגער האָט ר' לייזר נישט פֿאַרלוירן זײַן צלם-אנושׁ און צלם-אלוקים. האָט געהיט זײַן באָרד און פּאות מיט קנאות, אפֿילו אַז ס'האָט איהם כּמעט געקאָסט זײַן לעבן נישט איין נישט צוויי מאָהל. איין פּסח, אַז ער האָט נישט באַקומען די מצות אַז זײַן ווײַב האָב איהם געשיקט דורכן פּאָשטע, ווײַל די מנהלת האָט עס נישט צוגעלאָזט, האָט ער געפֿאַסט די אַלע אַכט טעג פֿון פּסח, אַפֿילו אַז ס'איז געווען סכּנת-נפֿשׁות בּפּועל-ממש. נאָך פּסח מ'האָט איהם געדאַרפֿט געבן צו עסן מיט אַ לעפֿעלע, אַזוי ווי מיט אַ קליינער קינד. אפֿילו אַ ווערטל האָט ער נישט געקאָנט אויסזאָגן, פֿון די שוואַכקייט. דאָרטן האָט ער געהאָלפֿן פּוילישע ייִדן וועלכע אַהינצו געקומען, דאַרטן האָט מסדר שטילערהייט אַ ייִדישע קבֿורה פֿאַר דעם אַלטן פּוילישער רבֿ, דאָרטן האָט ער באַהאַלטעניש געלייגט תפֿלין, און געלערנט תּורה מיט אַנדערע ייִדן. דאָרטן אין לאַגער האָט ער געהיט זיך שׁבּת, אָהן קוקנדיק אויף די שטראָפֿן. ער האָט געהאַט אומפֿאַרשטענדלעכע יסורים, און געשטאַנען קעגן זיי מיט אומפֿאַרשטענדלעכע גבֿורה. פשׁוט נישט מענטשלעך. צען יאָהר שפעהטער, אַז ס'האָט כּמעט געקומען צום סוף דער צײַט אַרויסצוגיין פֿון דער גיהנם, מ'האָט איהם נאָכאַמאָהל גע'משׁפּט'ן. ער איז געווען שולדיק אין דעם, אַז אין צען יאָהר, נישט נאָר אַז ער איז נישט געוואָרן "פּראָדוּקאַטיוונייִ סאָוועטסקייִ גראַזשדאַנין" - "פּראָדוּקאַטיווישער סאָוועטישער אזרח", נאָר איז געבליבן "אַ פֿאַנאַטישער רעליגיִאָזנער". נאָך צען יאָהר, ר' לייזר האָט באַקומען נאָך צען יאָהר....... פֿון דעם אַליין אַ מענטש קען גלײַך אַראָפּגיין פֿון זינען. דאָס אַלעס - נאָכאַמאָל. שטראָפֿן, סכּנת-מוות, זיצן צווישן גנבֿים פּושעים און מערדערס, צינוק, מכות, השפלה, עבודת פרך, און אמונה. אַ סאַך אמונה. שטאַרקע אמונה אין בורא-עולם. ר' לייזר האָט געטרונקען די כּוס-התּרעלה עד תּוּמה. ער איז אַרײַן אין די לאַגערן זײַענדיק פֿערציג יאָהר אַלט, אין די יאָהר 1935, און אַרויס פֿון דאַנעט זײַענדיק שוין זעכציג יאָהר אַלט, אין די יאָהר 1955. עלף יאָהר שפעהטער, ר' לייזר האָט זוכה געווען עולה זײַן קיין ארץ-ישׂראל, און געלעבט אין ירושלים עיר-הקודשׁ. דאָרטן ער איז נפֿטר געוואָרן בּשׂיבֿה טובֿה, הונדערט יאָהר אַלט, אין תשנ"ז - 1997. אַזוי ווי דעם רבינ'ס בּרכה - פּרעה'ס שווערד האָט אויף איהם קיין שליטה נישט געהאַט, און אריכות-ימים. -המשך-