מיליאנען מענטשן,
זיינען געווען פארשיקט דאמאלסטע יאהרן. אין רוסלאנד פלעגט מען דעמאלט זאגן - דאס סאוועטישער `פאלק` איז פארטיילט אויף דריי טיילן - די וועלכע וואס מ`האט געזעסן, די וועלכע וואס זיצן, און די וועלכע וואס וועלן זיצן... אזעלכע מעשיות האב איך געהערט א סאך, און ר` לייזר אליין דערציילט אין זיין ספר א סך מעשיות פון אנדערע ארעסטאנטן אויך. אויך א סך מעשיות פון אנדערע חסידים האב איך געלייענט און געהערט. אבער אט דער לייזר איז עפעס נישט עולם-הזה`ניק. צוואנציק יאהר אין א גולאג, און בלייבן א חסיד פונקט אזוי ווי אלע? שרעקליך.