הננס הענק

בן הצבי

New member
הננס הענק

ווען איך האָב לעצטנס אָפּגעלייענט ר' לייזר ננס'ס זכרונות, 804 בלעטלעך, איך בין געווען פֿאַרטרייסלט פֿון עמאָציעס, געציטערט, און בעיקר - פֿאַרשטומט פֿון הדרת-כּבֿוד. ר' לייזר איז געבוירן געוואָרן אין כערסאָן, אוקראַיִנע, אין דעם יאָהר תרנ"ז - 1897. זײַענדיק פֿינף יאָהר אַלט, האָט דער טאַטע זײַנער איהם צוזאַמען מיטגענומען קיין ליובאַוויטש, צו זײַן בײַם פֿינפֿטן ליובאַוויטשן רבי'ן, כ"ק אדמו"ר שלום דובער שניאורסאָהן זי"ע. דער רבּי האָט איהם געפֿרעגט צו זײַן נאָמען. "אליעזר", האָט דער קליינער געענטפֿערט. "און אוואו שטייט אליעזר אין די תורה, און וואָס שטייט נאָך דאָרטן, וואָס הייסט אליעזר?" "דער טאַטע האָט מיר דערציילט", האָט געענטפֿערט דער קליינער לייזר, "אַז ווען בין איך געבוירן געוואָרן, האָט דער טאַטע געשיקט אַ טעלעגראַמע צום רבּי'ן, אויף צו בעהטן אַ בּרכה פֿאַר מיר און פֿאַר די מאַמע. דער טאַטע האָט אויכעט געפֿרעגט בײַם רבּי'ן וועלכער נאָמען מיר צוגעבן. דער רבי האָט געהייסן מיר צו הייסן "אליעזר", און האָט באַוואָרנט אַז משׁה רבּינו האָט געהייסן זײַן זון אליעזר, און וויבאַלד דער נאָמען "אליעזר" איז פֿון צוויי ווערטער "א-לי, עזר", האָט אַזוי משׁה רבּינו געדענקט אז ער איז ניצל געוואָרן פֿון חרבֿ פּרעה". דער רבּי האָט געמאַכט אַ סימן צום לייזר'ן נעענטער צו קומען. דער רבּי האָט איהם כּמעט געשושקעט אין אויער: "פּרעה'ס שווערד האָט נישט געהאַט קיין שליטה אויף משׁה-רבּינו. אָט אַזוי וועט זײַן באַ דיר. פּרעה'ס שווערד וועט אויף דיר קיין שליטה נישט האָבן". שפעהטער האָט איהם דער רבּי געבענטשט מיט אריכות-ימים. ר' לייזר האָט אויסגעוואַקסט און געוואָרן אַ בּחור'ל, האָט געלערנט אין ליובאַוויטש אין ישיבֿת תּומכי-תמימים, שפעהטער האָט ער חתונה געהאט מיט זײַן ווײַב רייזל, און געלעבט זײַנע יאָהרן אַלס אַ חסיד, אַ ירא-שׁמים און אַ למדן. פֿאַרפֿינצטערע וואָלקן האָבן געקומען אויף דער רוסישער הימל. עס זײַנען געווען די שווערע יאָהרן אונטער דער מלוכה פֿון דער באַוואוסטער דיקטאַטאָר און מערדער, סטאַלין ימח שׁמו וזכרו. זײַנע מלאכי-חבּלה פֿון נ.ק.וו.ד (דער פֿריערדיקער נאָמען פֿון ק.ג.ב) האָבן געזוכט בּחוֹרין ובֿסדקין נאָכן "עוונותיהם של ישראל". שנת תרצ"ו, ליל ערב יום כיפור. (5.10.1935) ר' לייזר זיצט אין דער היים, אין דער שטאָט ראָסטאָוו, ווען ער הערט אַז איימיצן קלאַפּט אויפֿן טיר. "ווער איז דאָס?" פֿרעגט ר' לייזר. "פֿונעם פּאָשטע!" הערט ער אַן אומבאַקאַנטער קול. ר' לייזר מאַכט אויף די טיר, און זעהט אַ פּאָר סאָלדאַדן מיט כּלי-משׁחית אין די הענט. נאָך אַ חיפּוּשׁ אַ גאַנצער נאַכט, זיי האָבן איהם מיטגענומען. אין דער נאַכט, מ'האָט איהם אײַנגעשטופט אין אַ קאַראָבּקע, דאָרטן איז ער געבליבן דעם גאַנצן יום-הכּיפּוּרים. דאָרטן האָט ער געדאַוונט "כּל-נדרי" פֿונעם זכּרון, דאָרטן האָט ער געוויינט צום רבּונו-שׁל-עולם, דאָרטן האָט ער געטראַכט וועגן יונה במעי הדגה, אויף וועלכן מ'לייענט אין הפֿטורה פֿון מנחה של יום כיפּור, אַז ער איז געווען אין ענלעכע סיטואַציע אַזוי ווי ער, און ניצל געוואָרן. במוצאי היום הקדושׁ, מ'האָט אַרויסגענומען ר' לייזר'ן פֿונעם קאַראָבּקע, און ער האָט קוים געקאָנט שטיין אויף די פֿיס, ווײַל ער איז ער געווען דאָרטן געקוועטשט אַ גאַנצן מעת-לעת. נאָך די שווערע חקירה ודרישה, מ'האָט איהם גע'משׁפּט לויט סעיף 58, קאָנטר-רעוואולוציאָנער, "בעוון" לימוד תורה מיט קינדער, מאַכן "חדרים" און אַלערליי "עוונות וּפּשׁעים". מ'האָט איהם גע'משפּט אויף צען יאָהר צו שיקן אין סאָוועטישער עבֿודת-פּרך-לאַגער, אין די ווײַטע סיביר. דאָרטן אין לאַגער האָט ר' לייזר נישט פֿאַרלוירן זײַן צלם-אנושׁ און צלם-אלוקים. האָט געהיט זײַן באָרד און פּאות מיט קנאות, אפֿילו אַז ס'האָט איהם כּמעט געקאָסט זײַן לעבן נישט איין נישט צוויי מאָהל. איין פּסח, אַז ער האָט נישט באַקומען די מצות אַז זײַן ווײַב האָב איהם געשיקט דורכן פּאָשטע, ווײַל די מנהלת האָט עס נישט צוגעלאָזט, האָט ער געפֿאַסט די אַלע אַכט טעג פֿון פּסח, אַפֿילו אַז ס'איז געווען סכּנת-נפֿשׁות בּפּועל-ממש. נאָך פּסח מ'האָט איהם געדאַרפֿט געבן צו עסן מיט אַ לעפֿעלע, אַזוי ווי מיט אַ קליינער קינד. אפֿילו אַ ווערטל האָט ער נישט געקאָנט אויסזאָגן, פֿון די שוואַכקייט. דאָרטן האָט ער געהאָלפֿן פּוילישע ייִדן וועלכע אַהינצו געקומען, דאַרטן האָט מסדר שטילערהייט אַ ייִדישע קבֿורה פֿאַר דעם אַלטן פּוילישער רבֿ, דאָרטן האָט ער באַהאַלטעניש געלייגט תפֿלין, און געלערנט תּורה מיט אַנדערע ייִדן. דאָרטן אין לאַגער האָט ער געהיט זיך שׁבּת, אָהן קוקנדיק אויף די שטראָפֿן. ער האָט געהאַט אומפֿאַרשטענדלעכע יסורים, און געשטאַנען קעגן זיי מיט אומפֿאַרשטענדלעכע גבֿורה. פשׁוט נישט מענטשלעך. צען יאָהר שפעהטער, אַז ס'האָט כּמעט געקומען צום סוף דער צײַט אַרויסצוגיין פֿון דער גיהנם, מ'האָט איהם נאָכאַמאָהל גע'משׁפּט'ן. ער איז געווען שולדיק אין דעם, אַז אין צען יאָהר, נישט נאָר אַז ער איז נישט געוואָרן "פּראָדוּקאַטיוונייִ סאָוועטסקייִ גראַזשדאַנין" - "פּראָדוּקאַטיווישער סאָוועטישער אזרח", נאָר איז געבליבן "אַ פֿאַנאַטישער רעליגיִאָזנער". נאָך צען יאָהר, ר' לייזר האָט באַקומען נאָך צען יאָהר....... פֿון דעם אַליין אַ מענטש קען גלײַך אַראָפּגיין פֿון זינען. דאָס אַלעס - נאָכאַמאָל. שטראָפֿן, סכּנת-מוות, זיצן צווישן גנבֿים פּושעים און מערדערס, צינוק, מכות, השפלה, עבודת פרך, און אמונה. אַ סאַך אמונה. שטאַרקע אמונה אין בורא-עולם. ר' לייזר האָט געטרונקען די כּוס-התּרעלה עד תּוּמה. ער איז אַרײַן אין די לאַגערן זײַענדיק פֿערציג יאָהר אַלט, אין די יאָהר 1935, און אַרויס פֿון דאַנעט זײַענדיק שוין זעכציג יאָהר אַלט, אין די יאָהר 1955. עלף יאָהר שפעהטער, ר' לייזר האָט זוכה געווען עולה זײַן קיין ארץ-ישׂראל, און געלעבט אין ירושלים עיר-הקודשׁ. דאָרטן ער איז נפֿטר געוואָרן בּשׂיבֿה טובֿה, הונדערט יאָהר אַלט, אין תשנ"ז - 1997. אַזוי ווי דעם רבינ'ס בּרכה - פּרעה'ס שווערד האָט אויף איהם קיין שליטה נישט געהאַט, און אריכות-ימים. -המשך-
 

בן הצבי

New member
-המשך-

אכט הונדערט און פֿיר בלעטעלעך פֿון הוד שׁבּגבֿורה האָב איך געלייענט. וואָס קען נעמען אַ יונגער בחור'ל אַזוי ווי איך, אויסגעוואַקסענער אין אַ צײַט פֿון "רוח והצלה יעמוד ליהודים", פֿון אַזאַ מעשׂה? אינעם סוף פֿונעם ספֿר, ס'איז פֿאַראַן ר' לייזר'ס זכרונות ווען ער איז שוין געווען אַרויס פֿון עמק-הבכא. ער דערציילט, אַז איין מאָהל האָט דער רבי זי"ע איהם געשיקט קיין מילאַנאָ כּדי צו פֿאַרברענגען מיט די חסידים, און דערציילן זײַן היסטאָריע און מעשׂיות. בײַם פֿאַרברענגען האָט ער געזעהן אַ ייִד, וועלכן איז געווען זייער ענליך צו אַ חבֿר זײַנער אין רוסלאַנד. אין סוף, ער האָט איהם געפֿרעגט, און ער איז טאַקע געווען דער זון פֿון זײַן חבֿר, דעם זעלבן פּנים האָבן זיי געהאָט, נאָר מיט איין חילוק: דער טאַטע האָט געהאַט אַ באָרד, און דער זון איז געווען אָהן קיין באָרד, און נישט קיין פֿרום.. ר' לייזר האָט אָנגעהייבן צו וויינען. "פֿאַוואָס ביסטו נישט אַזוי ווי דײַן טאַטע?" האָט ער איהם געפֿרעגט, וויינענדיק. (דער סוף מיט איהם איז געווען אַז ער האָט תּשׁובֿה געמאַכט, און ער פּראַוועט א פֿרומען חסידישן שטוב.) אָט דאָס איז וואָס איך האָב גענומען פֿונעם ספֿר. "פֿאַרוואָס ביסטו נישט אַזוי ווי דײַן טאַטע?" פֿאַרוואָסזשע מיר, אונדזער דור, זײַנען אַזוי ווי אונדזערע טאַטעס און מאַמעס, זיידעס און באָבעס, גאַנץ בּתּורה ובּיראה? דאָס איז דער אמת'ער חשובֿ'סטער זאַך. נישט מדינת-רווחה, נישט אַ ייִדישע מלוכה. אין אַנדערע ווערטער: מדינת רווחה און ייִדישע מלוכה איז טאַקע זייער חשובֿ, אָבער אויב דער עיקר פֿעלט, שׁמירת תּורה ומצוות בּפּועל ממשׁ מיט יראת-שׁמים - ס'איז גאָרנישט ווערד. נישטאָ קיין משׁמעות אין אַ ייִדישע מלוכה, אויב ס'איז נישטאָ קיין ייִדישקייט אין דער מלוכה. ר' לייזר אין די לאַגערן - אָט דאָס איז אַ גאַנצער ייִד. אַן אמת'ער ייִד. נישט מיר.
 
בן הצבי

א דאנק בן הצבי, כ'האב עס געליינט פארציטערט, און איצט איך טראכט וועגן דיינע רירעוודיקע ווערטער, טאקע.......
 
דער קאמאניסטישער רעזשים

וואס האט געדויערט אכציק יאר צו פיל. איז געוועזן איינע פון די אכזריותדיקע, רעזשימען אין צייט פון מענטשהייט. ספעציעל אין סטאלינס צייטן. א זא מעשה האב איך געהערט אין מיין משפחה. א בחור וואס מען האט פארשיקט קיין סיביר. ער איז נישט געוועזן א חב"ד חוסידל ער איז דווקא געווען א ...קאמאניסט. א חבר האט אים געמסרט. אז ער איז א טראצקיסט. און ער האט "געכאפט" צען יאר. אלץ א ...קאנטרא-רעוואלוציאנער ער האט געארבעט ביי האקן ביימער. אין די פארפרוירענע וועלדער. נאר מיט אן העמדל אויף זיין לייב האט ער געהאקט דאס האלץ, אזש - אזוי האט ער דערציילט - סאיז געגאנגען די פארע פון אים. ס'האט אים נישט געהאלפן. ער איז אין א רו פון א פאר מינוט פארפרוין געווארן אין שניי. א רוסישע באבושקה האט אים געפונען האלב טויט. האט אים געראטעוועט. נאך צען יאר האט אים דער נאטשאלניק מודיע געווען די גוטע בשורה. ער האט באקומען א באנוס... נאך צען יאר אין לאגער [גולאג]. אין לאנד איז ער געקומען נאך דעם וואס האט באוויזן אז ער איז א פוילישער בירגער. דא אין לאנד האט ער זיך געכאפט צום עסן. זיינע קישקעס זיינען נישט געשטאנען אין אנשטרענגונג. א קורצע צייט נאכן קומען אין לאנד איז ער אוועק פון דער וועלט. איך מיין ער איז געווען ארום 50 יאר אלט.
 
אוי נעבעך

מיין באבע און זיידע ע"ה, זיינען אויך געווזען אין סיביר אינעם חורבן צייט, אנטלויפן פון פוילן פונעם נאצי רעזשים, זיי זענען אויך געארבעט דארטען און געהאקט ביימער.
 
מיינע עלטערן זיינען אויך

אנטלאפן קיין רוסלאנד, דעמאלט דער ראטנפארבאנד, די ערשטע צוויי יאר, אין ליטע, און נאך ווען די דייטשן האבן אריין קיין ליטע זענען זיי אנטלאפן ביז קאזאכסטאן. זיי האבן געלערנט די לעקציע וואס יעדער רוסיש קינד, זייגט פון די מאמען : פארנעם זיך נישט מיט דעם רעזשים. אז דו גיסט א קרומען שמייכל א פאליציאנט אין דער גאס. כאפסטו 5 יאר פאר "חוליגאניזם" א וודא אויב ער כאפט דיר "ספעקולירן אויפן שווארצן מארק" פארשווייג בעסער און פארמאך דאס מויל. "שטינקערס" פון נ.ק.וו.ד אויף יעדן שריט און טריט. מיינע עלטערן זיינען ארויס פון רוסלאנד גלייך נאך די מלחמה. דער בחור וואס איז געווען פארשטעקט ערגעץ אין 'שאול תחתיות' סיביר, איז ארויס א סאך יארן נאך דעם. איך ווייס, אז נאך זיין באפרייען פון גולאג, האט ער חתונה געהאט מיט די גויה וואס האט אים געראטעווט. זי איז געוועזן עלטער פון אים מיט א 20 יאר. ווען זי איז געשטארבן, האט ער געבעטן ארויס.
 

בן הצבי

New member
קאזאכסטאן?

צי רוסלאנד אויפן גרעניץ מיט קאזאכסטאן? איך פרעג דאס, ווייל אין מיין לעצטן צייט אין שליחות, איך בין געווען לערך א חודש און א האלב אין א שטאט הייסט ארנבורג, ס`האט א גרעניץ מיט קאזאכסטאן. דארטן, אין דער צייט פון דער מלחמה, ס`איז געווען מער פון א האלבער שטאט יידן. פשוט, אהינצו די נאצי`ס האבן נישט דערגאנגען.
 

הענאלע

New member
מיינע עלטערן זענען אויך אנטלאפן,

באזונדער, קיין רוסלאנד, און אנגעקומען נאך ווייטער, ביז אוזבעקיסטאן ("מידלאזיע" אין מיין מאמעס ווערטער) און דארטן, אין סמארקאנד, האבן זיי חתונה געהאט. נאך די מלחמה זענען זיי געקומען קיין וורוצלאב, נאך דעם קיין וועצלער ( לעבן פראנקפורט ) ווו מיין עלטער ברידער איז געבוירן געווארן, און שפעטער קיין אולם ( נישט ווייט פון מינכן) ווו איך בין געבוירן געווארן. א קנאפ 5 יאר זענען זיי געזעסן אויף די פעקלעך,אדורכגעגאנגען פון איין לאגער צו אן אנדער און געווארט ביז זיי זענען געקומען קיין ישראל. פאר וואס דערצייל איך די גאנצע מעשה, ווייל זיי האבן געקענט פארן קיין אמריקע, מיין מאמעס ברידער האט אזוי געמאכט, אבער מיין פאטער איז געווען א ציוניסט, און ווי בן אהרון האט דא ערגעץ געזאגט, זיי האבן גארנישט פארלוירן אין אמריקע און האבן נישט וואס צו זוכן דארטן!
 
magyyyyy!!!

מיט אפאר יאר צוריק, נאר ווען איך האב גענומען שרייבן אין דעם מאראנצל
האט מיך געפרעגט magy די דירעקטארן פון "נוסטאלגיה" ווו זיינען אונדז געווען, פארן קומען אין לאנד אריין. האב איך איר געזאגט אין א לאגער וואס הייסט אוּלם [ULM] - איך האב זיך געבוירן אין אולם, האט זי מיר געזאגט. האסטו בילדער פון לאגער ? האב איך איר געשיקט א בילד, דער מארש פון ערשטן יום-העצמאות. מאי 1948 אין בילד איז פאטאגראפירט מיין טאטע ע"ה. ווייטער קענט איר ליינען, אין [URL='http://www.tapuz.co.il/tapuzforum/main/Viewmsg.asp?forum=1355&msgid=62708293&FlagSybase=1']פארום שואה- הנצחה ותיעוד[/URL]. איך ווייס הענאלע, אז דו ביסט געווען אין אולם האסט נישט דערקענט דארט קיינעם, אין בילד. סאיז דא נאך א חברטע אין פארום וואס איז געווען אין אולם. איר מאמע, האט געקענט מיין טאטן. אפשר נאך עמעצער ? סאיז מיר מאדנע [מוזר] אז די יידן זיינען געקומען אין לאנד אריין, האבן געארבעט שווער בוי-ארבעט [בניין] און האבן נישט געווארט זאל זיי עפעס אראפפאלן פון הימל. אדער מע זאל זיי געבן עפעס ווייל זיי זענען יידן... מסתמא, איז דא בילכערע יידן, וואס די גאנצע וועלט איז זיי שולדיק. אמעריטשקע ? אפשר נאך אפאר יאר וועלן מיר ווערן דעם 51 שטערן אין פאן פון די פאריינקטע-שטאטן...
 

הענאלע

New member
אן אנדערע חברטע אין פארום אין אולם?

געבוירן געווארן דארטן? איך וייס נאר פון מעגי. א דאנק פאר דעם לינק וואס איר האט צוגעגעבן.עס איז מיר א ביסל באקאנט.. אגב, איר ווייסט אז איינשטיין איז אויך געבוירן געווארן אין אולם?
 

magy

New member
הוסט רעכט

איינשטיין אויך. נשמנו את אותו אויר.......... חחח
 
יא איך ווייס הענאלע

ןןעגן דיין באזוך אין אולם. כהאב געזען א פילם פון די זינגערן מרים פוקס [גב' צ'יבוטרו] אין 'יום השואה' וועגן איר מאמען. די מאמע אירע איז געווען, אין די מלחמה אין דויטשלאנד. פארשיקט מיט נאך יונגע פוילישע פרויען. אין מאגיסטראט [עיריה] האט מען איר געוויזן פארשידענע דאקומענטן צייט פון דער מלחמה. זיי היטן דארט אין ארכיב, אפשר טויזנט יאר צוריק. [ייעקעס ימ"ש] אויב דו וועסט שרייבן דעם מאגיסטראט פון אולם, זיי האבן מסתמא, די דאקומענטן וואס די זוכסט. נישט דער שפיטאל. דערביי, די קירכע [כנסיה]אין אולם איז געווען דער העכסטער בנין אין אירופה ביז מעט האט געבויט דעם אייפל-טורעם. דערביי צוויי, אונדזער חברטע טייבעלע [פאלומה] איז אויך געווען אין אולם לאגער.
 

magy

New member
אחרי התכתבות ממושכת (לפני שנה בערך)

עם עירית אולם, השגתי מסמך שמעיד על לידתי שם. כמובן שכל השמות היו שונים.... אנשים שינו שם את שמותיהם. אחרי 57 שנים השגתי "מין" תעודת לידה....
 

הענאלע

New member
מגי, גדלתי עם תעודת הלידה שלי

פשוט סיקרן אותי המקום, ומשום שממילא הייתי בסביבה החלטתי לגשת לעיריה ואולי לגלות מסמכים נוספים. ובאמת קיבלתי תעודה שונה ממה שיש לי שבה צויינה גם שעת הלידה שלי. מי יודע אולי פעם אתעסק עם המפה האסטרולוגית שלי.
 

הענאלע

New member
בן אהרון, איך בין נישט געפארן

קיין אולם ספעציעל כדי צו באקומען דאקומענטן ווייל איך האב א געבורטס דאקומענט. אבער איך האב געמיינט אז זיי האבן אנדערע, מער פראטימדיקער דאקומענטן, און טאקע, איך ווייס ייעצט אין וועלכע שעה גענוי איך בין געבוירן געווארן! ייעקעס ימ"ש, ווי דו האסט געזאגט. וועגן די קירכע, זייער א שיינע, ווי א געמאלטע. איך געדענק אז ווען איך בין געשטאנען לעבן איר און אויפגעהויבן מיין קאפ צו קוקען אויפ איר, איז א שרעק אראפגעפאלן אויף מיר. איך ווייס נישט ביזן היינטיקע טאג פאר וואס! אפשר צוליב איר הייך.
 
למעלה