נועם סטאריק
New member
../images/Emo14.gif
וואָס שווײַגט איר ײִדעלעך? איך האָב געהאַט אין קאָפּ אַזוי פֿיל צו שרײַבן אָבער ווען איך זעץ זיך שויך אַוועק בײַם קאָמפּיוטער, איז מיר דאָס קאָפּ לײַדיק און אַלץ איז ווי אַוועקגעפֿלויגן... אַ משונהדיקע זאַך רח"ל. איך וואָט אײַך נאָר געוואָלט דערצײלן אַז שׂימחת תּורה האָב איך עולה געווען לתּורה ווי אַלע כּשרה ײִדן און דאָס איז אַ שטיק געשיכטע פֿאַר מיר, ווײַל איך בין דאָך אַ פֿאַרעקשנטער אַפּיקורס און אין אַלגעמײנס מאַך איך אַ שטיקל חוזק פֿון דעם ײִדישן גאָט, כאָטש האָט זיך בײַ מיר דערוואַרעמט די ײִדישע נשמה און איך האָב מיט אַ ציטערדיק קול און מיט אַ מאָדערנעם ניגון געמאַכט די ברכה און געהערט אַ שטיקל בראשית. אין האַרץ בין איך נישט געווען זיכער צי איך לײקן נישט אײנעם דאָ אָפּ... אַ גוט יאָר טײַערע חבֿרים, הלוואי דאָס יאָר זאָל פֿאַרבײַגײן אָן שלעכטע חלומות און איבערלעבענישן... ויאמר לצרותינו די.