"אַ גוטן"
נישט נאָר די יונגע אַמעריקאַנער האָבן עס אָנגענומען. בײַ אונדז אין ירושלים, איז זײער אָנגענומען צו זאָגן סתּם אַזוי "אַ גוטן", אָן אַן המשך. דאָס איז טאַקע סלענג, אָבער אַ שפּראַך אָן סלענג איז דאָך קײן שפּראַך נישט. עס פֿאַלט מיר איצט נישט אײַן די אַלע געשפּרעכן אויף ײִדיש וואָס האָבן זיך אַנטוויקלט ווי סלענג, און זײַנען שפּעטער אָנגענומען געוואָרן ווי עכטע ײִדיש. איך מײן אַז "אַ גוטן" איז מער חבֿרמאַניש און "דוצליך" ווי "אַ גוטן טאָג". איך, על־כּל־פּנים, נוץ עס זײַער אַפֿטן.