אָט איז דאָז ליד
אַ ײִדישע מאַמע ווערטער און מוזיק: גי. י. פּולאק איך װיל בײַ אײַך אַ קשיא פֿרעגן: זאָגט מיר װער עס קען, יט וּעלכע טײַערע פֿאַרמעגונגס בענטשט גאָט אַלעמען? מען קױפֿט עס ניט פֿאַר קײנע געלט; דאָס גיט מען נאָר אומזיסט, און דאָך אַז מען פֿאַלירט דאָס, װיפֿל טרערן מען פֿאַרגיסט! אַ צװײטע גיט מען קײנעם ניט, עס העלפֿט ניט קײן געװײן; אױ, װער עס האָט פֿאַרלױרן, דער װײס שױן װאָס איך מײן. אַ ײִדישע מאַמע, עס גיבט ניט בעסער אין דער װעלט אַ ײִדישע מאַמע, אױ װײ, װי ביטער אין דער װעלט אַ ײִדישע מאַמע, אױ װײ, װי ביטער װען זי פֿעלט. װי שײן און ליכטיק איז אין הױז װען די מאַמע איז דאָ; װי טרױעריק - פֿינצטער װערט װען גאָט נעמט איר אױף עולם הבא! אין װאַסער, אין פֿײַער װאָלט זי געלאָפֿן פֿאַר איר קינד; ניט האַלטן איר טײַער, דאָס איז געװיס די גרעסטע זינד. אױ, װי גליקלעך און רײַך איז דער מענטש װאָס האָט אַזאַ שײנע מתנה געשענקט פֿון גאָט – נאָר אַן אַלטיטשיקע ײִדישע מאַמע, מאַמע נײַן װער איז אײַך בײַ דער װיגעלע געזעסן טאָג און נאַכט? און װער האָט פֿאַ אײַך געקאָכט, געבאַקט, געאַרבעט און געשלאַפֿט, און װער װאָלט פֿאַר איר קינד אַװעקגעלײגט איר לעצטע קראַפֿט? בײַ װעמען זײַט איר אַלע טײַער, אַלע פֿײַן און גוט? װער װאָלט פֿאַ אײַך געגעבן איר לעצטן טראָפּן בלוט? אַ ײִדישע מאַמע…