דאס איז שוין לעגענדעס..
דאוונען צום רבי`ן? ג-ט זאל אפהיטן, אזא מין זאך האב איך קיינמאהל נישט געהערט, אפילו נישט ביי אונדזערע צודרייטערס. וועגן אגרות-קודש פרעגט איהר? איך קען א חסידישער רבי, און ער מאכט דאס מיט ר` אלימלך מליז`ענסק`ס ספר, דער ``נועם אלימלך``. און דער ווילנער גאון פלעגט עס מאכן מיט א חומש, עס הייסט ``גורל הגר``א``. הרב אריה לעווין פלעגט אויך פון אמאהל צו אמאהל נוצן דעם באוואוסטן ``גורל הגר``א``. איי, וואס? שאלות איז א מצוה צו פרעגן דוקא אויף ליובאוויטש.. הרב קוק זצ``ל איז טאקע געווען א טייערער ייד, מיט א סך אהבת ישראל, און אהבת ארץ ישראל. א תלמיד חכם, און א געוואלדיקער גאון. איך מעג דאך אבער נישט מסכים מיט איהם, יע? און בכלל, מיינע טענות פארשטארקערן דוקא ווען עס קומט צו רעדן וועגן זיין זון, אויך נישט קליינער ת``ח, הרצי``ה. אבער זאג מיר, פארוואס מיינסטו אז יעדער רב צי א גאון ווערט גלייך א פוסק? הראי``ה קוק איז טאקע געווען דער רב-הכולל אין ארץ ישראל, דערפאר אויך א פוסק, אבער ר``א שך? בא דער ליטווישער וועלט איז ער געווען טאקע וואס זיי רופן א ``גדול``, אבער פוסק איז געווען הרב משה פיינשטיין, צי הרב שלמה זלמן אויערבאך, ביידע זענען געווען גוטע פריינד מיט ליובאוויטש, און מיטן רבי`ן זי``ע.