דו ביסט א צדקת, דו ווייסט?
דער פריערדיקער ליובאוויטשער רבי זאגט, אז א ייד וויל נישט און קען נישט זיין אפגעריסן פון אלוקות. וואס הייסט דאס? עס זיינען דאך פאראן א סך יידן לא-עלינו, וועלכע האבן ממש פיינט אונדזערע אמונה. וואס טוט מען מיט זיי? יעדער ייד האט זיין גרעניץ מיט וועלכן ער מיינט אז דערמיט ווערט ער אפגעריסן פון יידישקייט און פונעם ריבונו-של-עולם, און דעם גרעניץ וועט ער קיינמאהל נישט אריבער גיין, און טאמער האט ער א חשש אז ער גייט דאס איבער שרייט ער אויס - איך בין א ייד!! דו זאגסט אז דו גלייבסט נישט אין ביאת המשיח, רח``ל. פיין, דאס איז דיין אמונה. אבער אז מ`זאגט אז דערמיט ביסט שוין אפגעריסן פון אלקות, שרייסטו אויס הויך און העכער: איך בין א יידענע! דאס פינטעלע ייד איז בא דיר נישט פארלאשן געווארן, ברוך השם.