באנקעס
אלץ קינד האט מען מיר געשטעלט אסאך מאל באנקעס, און אלעמען אין שטוב וער העס איז נאר קראנק געווארען האט מען געשטעלט באנקעס, שטעלען באנקעס איז געווען הטאלאנט, נישט יעדער האט געקענט שטעלען באנקעס, מען דארף קענען, ביי אונז אין געגענט איז געווען ישראל שאמעס, דער שאמעס פון די שול אין די האלטע כנעסעס, הער איז געווען המומחה, דער צוויטער איז געווען - שמואל מנחם - הער איז געווען דער בעל קורא אין שול, און המומחה אוף באנקעס, די באנקעס זיינען געווען הגעשעפט אגאנצען וינטער, מיט דערצייט האבען מיר אין שטוב געקויפט די גלעזאלאך פון די באנקעס, וארום מען פלעגט רופען דעם באנקעס שטעלער, און די גלעזאלאך זיינען אנגעקלעפט אוף הפלייצע, אין די דריטה שטוב, הער איז טאקע גרייט צו קומען האבער הער אט נישט קיין גלעזאלאך, האט מען געקויפט אליין גלעזאלאך , מען זאל נישט זיין האנגעאונגען אין פרעמדע פלייצעס, שטעלען בנקעס דארף מען קענען, וארום די זאך איז אז מען דארף ארויס נעמען די לופט פון די גלעזאלע, העס זאל ווערען ה - ריק - ואקום - מען איז געווען זיכער אז דער שלאעפען די הויט מיט דעם ואקום ציט ארויס דעם קריינקייט, נו וי אזוי מאכט מען דעם ואקום, דער מומחה נעמט אין אנט די גלעזאלע, מיטען פיסק ארופ, מיט הליכט ואס ברענט, וארימט הער די לופט אין גלעזאלע, און נאך זיין ניסיון ווייס הער וען איז דאס גענוג, דאן לייגט הער דאס גלעזאלע אוף די פלייצע און דער ואקום שלאעפט ארין אין די גלעזאלע השטיק פלייצע, מיר אלץ קינדער פלעגען לאכען איינער אויפען צוויטען, וען איינער איז געקומען אין חדר נאך הקריינקייט, פלעגט מען אים פרעגען צו הער האט נאך כיכאלאך אוף די פלייצע, וארום וען מען נעמט ארפ די באנקעס, בלייבט אוף די פלייצע אזוי וי קיילעכיקע כיכאלאך, און דאס פלעגט בלייבען העטליכע טעג, ארפ נעמען די באנקעס אט מען אויך געדארפט ויסען וי אזוי, מען אלט די גלעזאלע מיט די רעכטע אנט, און מיט די לינקע האנט, גיט מען הקוועטש ביי דעם פיסק פון גלעזאלע, און ליינגזאם העפנט זיך אויף די געשואלכץ פון גלעזאלע, און העס גיט הפארץ און דאס איז פריי, וען מען נעמט ארפ פון הפלייצע פון הגרויסען מענטשען, איז אוף די פלייצע הגאנצע תבנייע פון קיכאלך, אוף הפלייצע פון הקליין קינד קען מען נישט זאט ווערען פון די קיכאלאך