אוי-וועי-ריקע

../images/Emo28.gif אוי-וועי-ריקע

נועם, איך הוב א געדאנק. א פאזיטיווער לשם שינוי. קענסט זיכער דוס פארמאשטאקל אין WORD ווס גלייכט אויס אלע קרומע וערטער קום, אונד א זיין פארמאשטאקל אויף אידיש, ועלן מיר אריינמאכן וסר מציון הגועל נפש ובא גואל. (אז איך זוג 'קום', איז מיין העלפט אין די פרויעקט שוין געמכט. יעצט דארפסטו נור די פרוגראם אויסשרייבן) ווז'ה זוגסטע?
 
ווס הערצאך שוועסטער?

ווס איך מיין, איז א זיין מין ספציעלע אינטליגענטנע אינסטרומענט. ס'איז דו אנדערע פרושים. ווען דוס פארמאשטאקל וילט זיין גרייט ועלן די דוזיקע פרושים אויפן אורט אויסגעמעקט וערן.
 
גיט מורגן רעב,

און א שיינעם דאנק פאר דאר אקספלנסיון. יעצט ווארט איך אוף אזאן מאשינקע, וואס וועלט מאכן מאנע לייבן איזיער
 
קראָס איבער דעם סטריט

און גיי דאַאון אין סאַבוויי... אקספלנסיון = דערקלערונג איזיער = גרינגער, ליַיכטער
 
אַ ענטפֿערקע!

נישט לאַנג בין איך געווען איבערראַשט צו זען אַז אַזאַ מין דאַטנבאַנד אין שוין דאָ. אין Word XP עקזיסטירט עס שוין, נאָר וואָס? עס איז מיט לאַטײַנישע אותיות. דאָס הײסט, נאָר אויב מע שרײַבט ײִדיש מיט לאַטײַנישע אותיות קען מען ניצן די "ספּעלער־מאַשינקע". ווי אַזוי מע ניצט עס? דאָס איז שוין אַ גאַנצע תּורה. מען דאַרף קודם אַרײַנגײן אין דער טאַשמע ("קובץ") פֿון דער דאַטנבאַנד און באַשטעטיקן די שפּראַך ײִדיש ווי די ערשטע שפּראַך פֿון Word. בקיצור, עס איז קאָמפּליצירט, און עס איז נישט ווערט. צו מאַכן עפּעס אויף עכט ײִדיש, איז אַ אַרבעט פֿון יאָרן... איך האָב נישט קײן צײַט און נערוון צו דעם
 
למעלה