איך ברענג דא שיינע יידישע שעלטן
פון נחום סטוטשקאווס 'דער אוצר פון דער יידישער שפראך': קאפ אין דר'ערד, פיס אין קלויסטער וויפל יאר ער איז געגאנגען אויף די פיס זאל ער גיין אויף די הענט, און די איבעריקע זאל ער זיך שארן אויפן הינטן הונדערט הייזער זאל ער האבן, אין יעדער הויז הונדערט צימערן, אין יעדער צימער צוואנציק בעטן, און קדחת זאל אים ווארפן פון איין בעט אין דער צווייטער אלע ציין זאלן אים ארויספאלן, נאר איינער זאל אים בלייבן אויף צאנווייטאג מגולגל זאל ער ווערן אין א הענגלייכטער- ביי טאג זאל ער הענגען און ביי נאכט זאל ער ברענען הענג דיר אויף אויף א צוקערשטריקל, וועסטו האבן א זיסן טויט און אזוי ווייטער...