פון וואנען קומט דאס ווארט: פארעווע

אלפאנס

New member
פון וואנען קומט דאס ווארט: פארעווע

טייערע חברים! דאס איז מיין ערשטע מאל אין דער יידישער קהילה. יישר כוח! איך בין א סטודענט אין אוניבערסיטעט פון תל אביב. איך האב איצט פארענדיקט מיין מאסטער אין העברעישע ליטעראטור. פאר עטלעכע יארן פיל איך אז פארשערס מוזן לערנען יידיש און יידישע ליטעראטור כדי צו פארשןהעברעישע ליטעראטור. איך האב געלערנט יידיש אין תל אביב און איך בין אויך אין דער וילנער יידישער זומער פראגראם. איך וויל א ביסל שמועסן מיט יידישע רעדענדיקע מענטשן. מיין ערשטע פראגע איז: פון וואנען קומט דאס ווארט: פארעווע- דאס מיינט אויף העברעיש- פרווה. איך מיין אז עס קומט פון יידיש. אפשר קען עמעצער מיך ענטפערן? זייט געזונט און א גוט שבת
 
פארעווע = פארווע = פרוה

פארעווע = פארווע אויף אידיש איז א סלענג פון לשה"ק פרוה. אויף אידיש מיינט דאס "נישט אהער און נישט אהין" = "לאהלעך (פושר)" = "עס ציהט נישט"
 

אלפאנס

New member
פרווה אדער פארעווע?

איך האב געמיינט אז דאס ווארט פרווה קומט פון יידיש ווייל האב איך נישט געפונען פון וואנען עס קומט אין לשון קודשדיקע ווערטערביכער. אפשר עמעצער ווייסט פון וואנען דאס ווארט קומט, נישט בלויז וואס עס מיינט?
 
למעלה