נועם סטאריק
New member
פֿייגע ../images/Emo16.gif
לײענענדיק די ביאָגראַפֿיע פֿון דער פֿרוי, דווקא די וואָס האָט נישט איבערגעלאָזט נאָך איר קײן קדיש, ווערט מען אין גאַנצן דערשוידערט. צווישן די שורות, די אויסגעקליבענע ווערטער און דער אַנדערסטײטמענט ווײַזט זיך אַרויס אַן אמתע שווערע און אַן אומגלויבלעכע טראַגעדיע. פֿייגע – מסתּמא האָט מען איר אויך גערופֿן פֿײגעלע, שמײכלט אין בילד. זי האָט קײן מאָל נישט געחלומט אויף אַזאַ סוף. זי האָט נישט געהאַט קײן קינדער, דאָס איז מסתּמא די סיבה פֿאַר וואָס זי און איר מאַן פֿלעגן געבן "קעסט" פֿאַר אַזוי פֿיל ישיבֿה־בחורים יעדן שבת. איך שטעל זיך פֿאָר אַז זי האָט נישט געזשאַלעוועט מיט דער געפֿילטע־פֿיש און מיט דער איי־מיט־צוויבל. די אײנגעלאַדענע האָבן געזונגען צור־משלו און זי האָט געפֿילט ווי הונדערט קדישים פֿאַרזיכערן איר עולם־הבא. איך האָב איר נישט געקענט בײם לעבן, אָבער כאָטש עפּעס איצט ווײס איך ווער זי איז. יהי זכרה ברוך.