נועם סטאריק
New member
עונג@שבת, נומ' 45 ../images/Emo141.gif
1.8.2003 ______________ גוט שבת, טײַערע פֿאָרום־מיטגלידער, אין דעם הײַנטיקן נומער - "עונג@שבת", נומ' 45 - וועט איר זוכה זײַן זיך צו באַקאַנען מיט אײנע פֿון די גרעסטע ײִדישע פּאָעטן אין אונדזער דור און, עס קען זײַן, אין דער ײִדישער ליטעראַרישער שאַפֿונג בכלל. 3 לידער וואָס באַטראַכטן דאָס מאַמע־לשון, 3 באַזונדערע אַספּעקטן, 3 וויזיעס, 3 פּרעכטיקע לידער וואָס לאָזן אַן אײַנדרוק אויפֿן לײַענער, לידער וואָס הײליקײט שפּראָצט אַרויס פֿון צווישן זײערע שורות. איך האָב געהאַט די זכיה זיך צו טרעפֿן מיט אים בײַ אים אין דער הײם. דאָס איז געשען מיט דרײַ טעג צוריק. ער איז געווען אין אַ גוטער שטימונג, און האָט זיך געוויצלט און געשפּיצלט איבער פֿאַרשײדענע פּאָעטישע טעמעס. אויף מיר האָט געהאַט אַ טיפֿן אײַנדרוק זײַנע ווערטער: "הײַנט איז שוין נישטאָ מער קײַן ײִדישע פּאָעטן". ווען איך האָב אים פֿאַרגעלײגט עטלעכע נעמען פֿון יונגע טאַלאַנטירטע פּאָעטן, האָט ער זיך צעבײזערט: "זײ זײַנען שרײַבער, ניט קײן פּאָעטן. דו ווײסט דעם אונטערשיד צווישן שרײַבער און פּאָעטן?". די ליטעראַרישע ײִדישע וועלט פֿײַערט אין דעם יאָר זײַן 90סטן געבורטסטאָג. מיר וועלן זיך אויף באַשעפֿטיקן מיט דעם. מיט דרך־ארץ.