ניט געשטויגן, ניט געפלויגן...
טייערער פריינד חייםלוי, כ'האב געפריווט עטלעכע מאל אויפעפענען דעם נייסטן "עונג@שבת", אבער עס העלפט מיר ווי א טויטן באנקעס. מערניט עס באווייזט זיך אן איינסקאנירט שטיקל בילד פון א טייל פונעם שער-בלאט פון אברהם רייזענס זאמלונג "צייט-לידער" או נאך א פאר פרטים וואס מע ווערט דורך זיי גאנץ וויניק געהאלפן. צי קען מען פארט מאכן עפעס מע זאל קענען ארויסבאקומען כדבעי דעם טעקסט גופא? א הארציקן שכוח אייך און משה-אייזיקן פאר דער איבערגעגבענער ארבעט וואס איר לייגט אריין, אייער, קערבאלע