עונג@שבת, נומ' 38

עונג@שבת, נומ' 38 ../images/Emo141.gif

23.5.2003 __________________ השבוע בגליון – עונג@שבת, נומ' 38 – הפרק השלם (בניגוד לגליון הקודם) מתוך זכרונותיו של י. ד. ברקוביץ, פרק שכולו עוסק ביחסים הקשים ששררו בין שני הקלאסיקונים: בין שלום-עליכם, סופר העם וה"הומוריסט" שסיפוריו וספריו נחטפו כלחמניות מן השוק ובין י. ל. פרץ, הסופר הדגול, שהפיק פניני ספרות, והנהיג "חצר חסידית" בקרב הסופרים היידישאים הצעירים. הריב ביניהם היה כה חריף עד שהקורא העכשווי של הזכרונות הללו חש מבוכה כלפי הדברים. פרץ השפיל את שלום עליכם והציג אותו ככלי ריק שרק יודע "להצחיק", וכי אין באמתחתו שום בשורה ספרותית אמיתית. שלום עליכם סבל מאוד מיחסו של פרץ וקונן על כך בפני חבריו. לפי טענות שונות יתכן שחלק חשוב ממהלך חייו הספרותיים ואפילו האישיים הושפעו מיחסים קשים אלה. בשנת 1905, כאשר שלום עליכם הסתובב בוילנה חסר מעשה וחסר יצירה, והפרוטה אינה מצויה בכיסו, מוצא לו פרץ זמן ואומץ להדיח את רגלו מהפרנסה היחידה האפשרית שעמדה בפני שלום עליכם. על יסודות הריב הזה תוכלו לקרוא בגליון השבועי, אך מידע רב נוסף נמצא בספרי זכרונות שונים. היום כבר ניתן לומר, שטענתו של פרץ ששלום עליכם הוא "הומוריסט" ותו לא ולכן ספריו נקראים בלהט רב יותר מיצירותיו הוא ומיצירות חשובות אחרות, טענה זו קיבלה אישור דווקא בעשרות השנים שלאחר מכן. מי מכם קרא פואמה או סיפור של פרץ ומי מכם לא קרא את טביה החלבן או את מנחם מנדל. אם כן רואים בבירור ששלום עליכם השפיע ומשפיע עדיין על שכבות רחבות של העם ואילו פרץ נשאר "פנינה" שרק מעטים לוטשים עליה עינים. אני חייב לציין שכאשר למדתי ספרות יידיש באוניברסיטה, לא הבנתי למה לא לומדים ולא מתעמקים ביצירותיו של פרץ. רוב המרצים התעסקו בשלום עליכם, מיעוטם גם במנדלה מוכר ספרים אך אף אחד לא קרא איתנו פואמה של פרץ. רק מרצה אחד הועיל בטובו ללמד אותנו שיר אחד שלו. אינני טוען שמדלגים עליו במכוון אבל עצם ההתעלמות מיצירתו מצביעה יותר מכל על מעמדו לעומת מעמדו של שלום עליכם. _________ בגליון הקודם פורסם חלקו הראשון של הפרק, השבוע פרסמתי את הפרק השלם, כך שאתם לא צריכים להזדקק לגליון הקודם. אַ גוטן שבת
 

חייםלוי

Member
מנהל
אכן נכון הדבר

בזמן לימודי למדנו רק את הפואמה מאָניש של פרץ ואף יצירה אחרת שלו. מעניין מה קורה במקומות אחרים כמו בר אילן.
 

אלפאנס

New member
שלום עליכם און פרץ- גרויסע שרייבערס

א שיינעם דאנק נועם- זייער געשמאק. גוט געשריבן. וועגן דיינע מחשבות- איך בין נישט מסכים. שלום עליכם איז נישט בלויז א הומאריסט. ער איז אויך זייער טיף, אפשר טיפער פון פרצן. צו זאגן אז ער איז א פאפאלערער שרייבער פאר קליינע מענטשעלעך און פרץ איז א שרייבער פאר גרויסע משכילים- דאס איז נישט ריכטיק. וואס זאגסטו וועגן שלום אש? אויך א באווסטער שרייבער פון אמאל. היינט וויפל מענטשן קענען אים לייענען און נישט שלאפן ווערן? שלום עליכמ'ס ווערק זענען מוסטערווערק פון שפראך און ליטעראטור. דער משפט פון צייט איז שווער... פרצ'ס לידער ווי למשל מאניש זענען נישט אזוי גוט, ער איז בעסער אין זיינע קורצע דערציילונגן- חסידיש, פאלקסטימלעכע מעשיות, באנטשע שווייג, און אין זיינע דראמאטישע ווערק. ער האט אויך געהאט א סך ממשיכים. די מאנאלאגן פון שדים וואס באשעוויס האט געשריבן (מעשה טישעוויץ, למשל) פאראדירן דעם אפוקאליפטישן נוסח אין דער יידישער ליטעראטור. פרץ האט געשריבן וועגן גרויסע יידן און שלום עליכם וועגן קליינע מענטשעלעך. ביידע גרויסע שרייבערס. איך האב געלערנט א קורס וועגן פרצן מיט דן מירונען. איך האב נישט געוווסט אז אין דעם יידישן אפטייל פון ירושלים לערנט מען נישט קיין פרץ. דאס איז נישט גוט. מען דארף וויסן אז א סך פון די לערערס האבן באקומען א סאציאליסטישן דערציונג. פרצעס דערציילונגן זענען געווען ממש ווי מאניפעסטן. די לערערס קענען נישט זען פרצן אז א מאדערניסט. באנטשע שווייג איז א סימבאל פאר ארעמקייט און נישט א שווארצע פאראדיע (הומור שחור) קעגן באנטשן און זיינע קליינע מיינונגען. וואס איז דיין ענטפער? פארוואס לערנט מען נישט קיין פרץ? איך קען פרעגן ביי נאווערשטערנען. א גוט שבת
 
../images/Emo118.gif../images/Emo124.gif

קיינער איז נישט חולק אויף דעם אַז שלום-עליכם איז אַ גרויסער שרײַבער, נאָר אויף וויפֿל איך קען די אויספֿאָרשונגען וועגן זיין ווערק, מאַכט עס מיר אַ רושם אַז די "ליטעראַטור פֿאָרשער" באַאַרבעטן נישט דעם רײנעם ליטעראַרישן שטאַנדפּונקט פֿון זיי נאָר זײ קײַען ווידער און ווידער דעם ײִדישן שטײַגער אין יענע יאָרן וואָס שפּיגלט זיך איבער אין זײַנע ווערק. דאָס איז למעשׂה די אַרבעט פֿון אַנטראָפּלאָגן און סאָציאַליסטן, נישט פֿון ליטעראַטור פֿאָרשער. עס איז דאָ אַ שפּריכוואָרט פּאַסיק אַהער - "ווען דאָס פֿערד וואָלט געהאַט וואָס צו זאָגן וואָלט עס גערעדט". עס קען זײַן אַז דער טעות מײַנער איז גאַנץ פּשוט: איך האָב נישט געלײענט גענוג מאַטעריאַל וועגן שלום-עלימען. מײַן געפֿיל, איז אָבער, אַז אויב איך וועל זיך אַרײַנטיפֿן אין אָט די פֿאָרשונגען וועל זײ באַשטעטיקן מײַנע מחשבֿות. מען דאַרף אויך געדענקען שלום-עליכמס ליטעראַרישע דערציִונג. ער איז אויפֿגעוואָקסן אויף די גרויסע רוסישע ראָמאַניסטן און ווען ער האָט צוערשט געשריבן "סטעמפּעניו" האָט ער בפֿירוש אָנגעצײכנט, אַז ער מאַכט דאָ אַן אויספּרוּוו צו שרײַבן דעם "ערשן ײִדישן ראָמאַן". "סטעמפּעניו" איז טאַקע אַ פֿרײלעך האָמורעסקע, אָבער נישט אַזאַ ראָמאַן וואָס ווער-ווײסט-וואָס, ספּעציעל אויב מען פֿאַרגלײַכט אים מיט זײַנע אינספּיראַציע קוואַלן. לזכותו פֿון נאָווערשטערן יאמר, אַז ער איז דער אײנציקער וואָס האָט יאָ געלערנט פּרצן, אָבער ווײַטער נאָר איין ליד צי צוויי.
 

moshe0410

New member
../images/Emo167.gif A gutn Shabes

און א שיינעם דאנק פאר דעם "עונג שבת"
 
א דאנק פארן עונג שבת

ס'איז א פארגעניגן אז ס'טוט ווידער ערשיינען. איך וויל מיך נישט פארזינדיגן, אבער בין איך דער ערשטער וואס זעט א שטארקע ענדלעכקייט אין אױסזען פון פרץ און להבדיל אלף אלפי הבדלות סטאלין?
 
איך האב שוין פון לאנג באמערקט

דעם פארגלייך צווישן זיי ביידע
אגב, דער עונג@שבת וועט דערשינען אויף וויפל איך האב אויף דעם צייט. איך קען זיך נאר אנטשולדיקן פון פארויס אז ניט אלע מאל בין איך משופע מיט דעם.
 
למעלה