עונג@שבת, נומ' 34

עונג@שבת, נומ' 34 ../images/Emo141.gif

28.3.2003 ________________ די וואָך האָב איך געברענג אמתע פּערל - אַ קאַפּיטל פֿון יחזקאל קאָטיקס זכרונות. ווער עס האָט שוין געהערט וועגן אים וועט מסתּמא נישט פאַרענדיקן אָט די שורות און וועט גלײַך לויפֿן לײענען זײַנע זיסע פּשוטע אין ליבלעכע ווערטער. שלום-עליכם האָט געזען אין אים אַ בריליאַנט און האָט אים גלײַך אָנגעשריבן אַ בריוו אַז ער וואַרט שוין אויף זײַן קומענדיקער בוך. ש"ע האָט אַרײַנגעשטעלט זײַן כאַראַקטער אין זײַן ווערק "מנחם-מענדל", און האָט גרויס געהאַלטן פֿון אים. קאָטיק איז אַ זעלטען קלאָר קול אין דער ײִדישער ליטעראַטור. ער האָט זיך נישט "פֿאַרשמוציקט" מיט ליטעראַרישע צעקריפּלטע הויכע ווערטער נאָר איז געבליבן אַ פּשוטער בעלי-בית וואָס שרײַב זיך זײַנע זכרונות. מיר וועלן באַהאַנדלען זײַנע זכרונות אויך אין דעם קומענדיקן נומער, דעמאָלט וועל איך ברענגען עפּעס אַזוינס און אַזעלעכטץ פֿון זײַנע קינדער יאָרן. אַ ספּעציעלן דאַנק פֿאַר פּראָפֿ. דוד אַסף וואָס האָט מיר געגעבן דערלויבעניש צו ברענגען זײַנע הערות אין גוף הגליון. אַ גוטן שבת, טייערע פֿרײַנד
 

moshe0410

New member
א גוטן שבת...

און א שיינעם דאנק פאר די טייערע ליטערארישע ווערק.
 

אלפאנס

New member
קאטיקס זכרונות און טרונקס זכרונות

א גוט וואך ר' נועם. שיין געמאכט! קאטיקס זכרונות זענען באמת פרעכטיק. ווען שלום עליכם זאגט, מיט א ביסל איראניע, אין די אנהייב פון 'די אייזנבאן געשיכטעס' אז ער איז א ייד א סוחר, און נישט קיין שרייבער- איך מיין אז זאגט ער דאס וועגן קאטיקן. דאס איז אויך זייער אינטערעסאנט צו פארגלייכן קאטיקס זכרונות מיט טרונקס 'פוילן', אויך א זייער פרעכטיק בוך. קאטיק האב געשריבן זיינע זכרונות פארן חורבן, און טרונק אין די פערציקסטן יארן. טרונק שרייבט אין דעם צווייטן באנד (ניו יארק 1946): "עס איז ווירקלעך שווער צו שרייבן וועגן די אייגענע עלטערן. איבערהויפט איצט, אין די טעג ווען איך שרייב די דאזיקע שורות. ס'איז נאוועמבער. יאר 1942. אין ניו יארק. ס'טראגן זיך אהער מאוימדיקע שמועות פון פוילן און פון ווארשע. ווען איך שרייב די דאזיקע שורות- ווער ווייסט אויב מיינע אומגליקלעכע עלטערן זענען דארט נישט אויסגעשאכטן געווארן פון היטלערס רוצחים און אומגעקומען אויף קידוש השם צוזאמען מיט אנדערע יידן?" (זז 24). פאר קאטיקן, וואס זיצט אין זיין קאפעהויז אין אדעס, איז דאס מער גרינג צו שרייבן קעגן חסידיזם און קעגן דער יידישער דערציונג. ער האט געשריבן אז שרייבט ער וואס ער האט געזען. דוד אסף האט געשריבן אין זיין הקדמה אז קענען מיר אים גלייבן. אבער דארפן מיר אויך געדענקן אז יעדער איינער שרייבט פון זיין אייגענעם שטאנדפונקט. א סך משכילים האבן געשריבן קעגן די יידישע מלמדים. מיין אלטער זיידע ר' אלטער עלמאן פון האראדעץ, א קליין שטעטל לעבן בריסק, איז געווען א מלמד. מיין זיידע פלעגט זאגן אז האט ער אים קיינמאל נישט געזען שלאגן זיינע תלמידים. נישט אלע זאכן אין שטעלטל זענען געווען גוט (לייען משה לייב האלפערנ'ס ליד- 'זלאטשעוו מיין היים'), און אלץ איז נישט געווען שלעכט. איצט, נאכן חורבן קענען מיר דאס פארשטיין.
 
דיינע ווערטער זיינען קלוגע

איך וועל מאריך זיין וועגן דעם עניין אין אן אנדער געלעגנהייט, ווייל עס איז א שאד אויסצונוצן די קנויל וואס ווערט שוין סיי ווי פארפארן אין סוף זייטל. אין איינע פון די גליונות פון דעם עונג@שבת האב איך טאקעגעברענט א קפיטל צי צוויי פון טרונקס "פוילן", עס איז ממש א מחיה צו לייענען זיין פשוטן (אויב מען מעג עס אזוי אנרופן) יידיש. די מלמדים וואס פלעגן האקן אויף רעכטס און אויף לינקן אויף די קלייניקע האבן דאס, מערסטנס, נישט געמאכט פון שלעכטסקייט אבער, ווי איך האב שוין פריער געזאגט, דאס איז אן ערנסטע סוגיה וואס מע דארף באטראכטן פון אלע עספעקטן, און חלילה נישט פארגעסן אין וואסער סביבה דאס אלץ איז געשען.
 

אלפאנס

New member
די קלאסישע מיטלן פון לערנעריי

שלום עליכם ר' נועם. איך זע אז דו ביסט געקומען צן מאכן אן ארדענונג אין פארום. ממש ביעור חמץ. איך זע אז דא אין פארום זענען צוויי באזונדערע גרופעס: איינע חרדים וואס ווילן רעדן צווישן זיך ווי יידן אין א קליינשטעטעלדיקן באד, און די צוויטע, נאסטאלגיע-זוכערס וואס ווילן זינגען נאך א מאל 'אויפן וועג...' און צו דערציילן וויצן. לויט מיין מיינונג דארפסטו משגיח זיין אז אלע מענטשן וועלן שרייבן אויף מאמע לשון. וועגן די אנדערע זאכן- יישר כוח פאר ברענגן טרונקס פוילן. זיין סטיל איז באמת פשוט, לכל הפחות, פאר אונדז ישראלדיקע לייענערס וואס קענען העבריעש. ער נוצט א סך העברעיזם- ווען ער דארף און ווען ער דארף דאס נישט. פאר וואס? ער האט דאס געטאן מיט כוונה? וועגן מלמדים- גאט צו דאנקן אז האבן מיר נישט קיין מלמדים ווי אין די פאראנגענע צייטן וואס האבן פון צייט צו צייט געגעבן די קינדער א פאטש ביזן טויט . אבער וואס קענסטו זאגן וועגן די מלמדים היינט? האסטו געלייענט דעם ארטיקל אין 'הארץ' פון פרייטיק? אלע מומחים זענען מסכים אז מען דארף צוריק קומען צו די אלטע קלאסישע מיטלן פון לערנעריי. וואס וועט זיין מיט פאטשן?
 
למעלה