עונג @ שבת, נומ´ 25

עונג @ שבת, נומ´ 25 ../images/Emo141.gif

17.1.‏2003 __________ הגליון החדש – עונג @ שבת, נומ´ 25 – עוסק באלף בית היידישאי. מובאות בו התקנות הבסיסיות ביותר של "ייוו"א" לכתיב התקני ביידיש. אני יודע שחלק מהחברים יתקשו בהבנת המושגים הדקדוקיים אך חשבתי שמן הראוי שנקדיש גליון אחד לתקנות בסיסיות אלה. כאמור, הגליון הוא בבחינת בסיס שבבסיס להבנת הנקרא ביידיש. כדי להתאמץ ולהבין את הנאמר וליישם אותו בפועל. הפעם לא הבאתי מאמר או קטע ספרותי אלא את הלב שבלב של כל תרבות שיש עמה שפה – אותיות וסימני השפה. אני מקווה שחלקכם תהנו מהחומר החשוב הזה. בכל מקרה, ראוי שגליון זה ימצא במדף היידיש שלכם. ראוי עוד יותר אם הייתם שמים יד על החוברת כולה (פרטים בעמוד הפתיחה של הגליון). ------------------------- להזכירכם שוב: מי שמעוניין לקבל את הגליון באימייל ישלח נא אלי מסר פרטי ובתוכו כתובת האימייל הרלוונטי. (מי שכבר שלח לי כתובת אימייל לשם כך, פטור) [הקדמתי השבוע את הוצאת הגליון מסיבות טכניות]
 

moshe0410

New member
אונטער די גרינינקע ביימאלעך

שבת שלום וחג שמח לצוות העריכה!
ע´ טו בשבט תשס"ג, רה"ש לאילנות.
 
דער "עונג שבת 25" ר´ נועם

דארף גיין גלייך צום טאג ליין. א-ב פון יידיש. א גוט שבת. און א גוט יום טוב.
 

קעצעלע

New member
אויסערגעוויינטלעך!../images/Emo108.gif

דאָ קען זיך יעדער איינער נאָך עפּעס אויסלערנען. דאַרפֿסט ברענגען מער פֿון ייִוואָ, נועם!
 

TAMNUNA1

New member
../images/Emo141.gifנועמקה א גרויסע דאנק |תמנון

על התייחסותך והתחשבותך בלומדי היידיש, בהביאך לפורום את התקנות הבסיסיות לכתיב התקני. באמת יישר כח!!!!!!!!!!! אשלח לך האימל שלי על מנת לקבל הגליון.
 

מענדעלע

New member
מדוע ההבדלים בכתיבת שמות האותיות?

מדוע שמות האותיות אלף, בית וכף נכתבות בכתיב עברי, ואילו ויו, פא ותיו בכתיב אידי (וואָוו, פּיי, תּאָוו)?
 
אני לא יודע

השאלה מעניינת ואני מניח שהתשובה מונחת בבירור המקור העברי של שמות האותיות בעברית. אני אברר לעומק ואביא תשובה.
 
עונג שבת???

איהר האט אלע גיהאט אן עונג שבת? איך האב ליידער גיהאט א צושטערטע שבת ליינענדיג די הארטע "תקנות" פונעם ליטווישען ייוו"א! זייא פארשטיין ניט אז אונדזער פאלק איז ניט קיין פאלק ווי אלע פעלקער, אונ´ אונדזער שפראך איז ניט קיין שפראך ווי אלע שפראכען! זייא ווילען פארצאמען די פרייע גייסט פונעם יידיש אין די פירקאנטיקע "תקנות" וואס זיינען אויסגעטראכט פונעם ליטוואקעס. דאס איז גאר אן איטריגע און א קאנסעפיראציע כדי איינצונעמען דעם "שלטון" בא די יידיש ריידנער, און באזייטיגען די "ניט ליטווישע" יידיש. א מענש (מעג ער זיין אפילו א קאץ, א ציג, א פיש, א תמנון א.ד.ג) וואס האלט אין שטוב די "ייוו"א תקנות", האלט א "טראיאנישע פערד" אין שטוב! עורו הפולנים (1 העם)! עורו הספרדים (חיים לוי?)! עורו הרומנים (מינקי)! עס ווערט ארגאנאזירט א דעמאנסטראציע (אין פראגראם: א סקעטש פון די "גששים": די מאביליזירטע מאשין - א שארפע סאטירע אנטקעגען די הויך ליטווישע יידיש). עורו החרדים (אתאיסט, מוזר)! יוצאים למחאה ברחובה של עיר, בככר השבת! צושטערט ניט אונדזער עונג שבת!
 

חייםלוי

Member
מנהל
חיים לוי איז אַ ליטוואַק

אַלע מאָל זייַנען געווען געזעצן פֿון כלל שפּראַך. יעדער איינער קען ריידן ווי עס גלוסט זיך אים. ייִוואָ זאָגט דיר ניט ווי צו ריידן נאָר ווי צו שרייַבן. אַזוי אַז ניט יעדער איינער וועט שרייַבן ווי ער נאָר לויט די געזעצן פֿון שפּראַך. ווען אימעצער וויל שרייַבן עפּעס אויף ענגליש אָדער פֿראַנצויזיש ער שרייַבט ניט ווי ער. הערט די וואָרט נאָר לויט די כּללים פֿון די שפּראַך
 
די ליטווישע ייוו"א

א וואונדער אז א ליטוואק נעמט זיך אן פאר די ייוו"א אינסטיטוטישע "תקנות"... טויזענט יאהר האט מען געשריבען יידיש אן "תקנות" און אינגאנצען אנדערש פון די "תקנות". אונדזער באבעס וואס האבן געלייענט די רייכע שפראך "צאינה וראינה" און געהיט די יידישע שפראך יאהרן לאנג, וואלטן גארניט פארשטאנען פון "ייווא בלעטער"...
 

חייםלוי

Member
מנהל
די צאינה וראינה וואָס די באָבעס

האָבן געלייענט איז געשריבן אין די "תקנות" פֿון מערב ייִדיש. ווי איך געשריבן פֿריער זייַנען אַלע מאָל געווען תקנות ווי צו שרייַבן יידיש (ניט ווי צו זיי אַרויסריידן). דאָס איז דייַו טעות. ייִווא לערנט ניט ווי צו אַרויסריידן נאָר ווי צו שרייַבן. און אַ געשריבענע שפּראַך מוז זייַן אַנדערש ווי די געשפּראָכענע, אַנדערש יעדער איינער וועט שרייַבן ווי ער וויל. די ייִוואָ תקנות זייַנען ]פּונקט ווי די ליטןןאַקעס ריידן. למשל: איך זאָג אַזיי אָבער איך שרייַב אַזוי. איך זאָג ביים און שרייַב בוים און אַזוי ווייַטער
 

fanti

New member
../images/Emo47.gif דאָס איז דער אוּנטערשייט../images/Emo47.gif

צווישן אַייך דיר חיים קען מען פאַרשטיין אוּן עם קען מען נישט פאַרשטיין. נועם און חיים שרייבן אַז ס´איז זייער לייכט צו ליינען אוּן ביי אַנדערע איז אַזיי שווער אַז איך לאָז דאָס אָף.
 
לייכט און שווער

סקרן אנכי לדעת, האם את קוראת לפעמים להנאתך את ה"ייווא בלעטער", והאם גם הוא "זייער לייכט צו ליינען".
 
"ייווא בעלטער" קשה לקרוא

אבל מסיבה אחרת לחלוטין. בגלל שהנושאים שמטופלים שם אקדמיים ואבסטרקטיים ולכן הם מכילים מילים לא מוכרות לכל אחד וכן מילים גבוהות שאינן בשימוש יומיומי. אתה יכול לדמיין איך זה היה נראה אם לא היו כותבים לפי תקנות ייווא?
 
הירשל, ס´איז נישט אַזוי פּשוט

הירשל, שפּרינג נישט אויף אַזוי גיך
סך-הכּל רעדט זיך וועגן אויסלייג און דו מוזט נישט שרײַבן לויט די תּקנות. קענסט זיך אויסקלײַבן אייגענע תּקנות אָדער שרײַבן ווי עס לאָזט זיך דיר אָבער דעמאָלט וועסטו זיך נישט קענען דינגען אין דער טעמע מיט אַנדערע וואָס האָבן געלייענט טויזנטער מינים ײִדיש פֿון אַלע צײַטן און געגנטן. דער ײִוואָ-אויסלײג איז אַ רעזאָלטאַט פֿון אַ סך-הכּל פֿון מער ווייניקער אַלע ײִדישע דיאַלעקטן און אויסלייגן. ס´רעדט זיך דאָ וועגן אַ פּשרה צווישן ליטווישע, פּוילישע, רומענישע, הונגערישע, אוקראַיִנישע, רוסישע דיאַלעקטן. אויב יעדער איינער וועט שרײבן ווי "ס´זעט אים אויס" וועט מען מער און מער נישט פֿאַרשטיין איינער דעם צווייטן. שוין הײַנט צו טאָג קען אַ מאה-שערימדיק ײִנגל נישט לייענען אַ בוך וואָס איז אַרויס אין ברוקלין. ער וועט זיך זייער מוטשען צו פֿאַרשטיין אַ גרויסן טייל פֿון די ווערטער. אַדרבה, זאָלן די פֿרומע קרײַזן זיך צוזאַמנעמען און פֿאָרשן ווי מען האָט געשריבן אין די אַמאָליקע צײַטן, און ווי שרײַבט מען איצט אין יעדן געגנט און ווי אַזוי דאַרף מען ווײַטער שרײַבן. זיי וועלן דאָך מיסתּמא אויסשלײפֿן אַן אויסלייג וואָס זאָל פּאַסטן פֿאַר אַלע ײִדן. דעמאָלט וועסטו קענען קומען מיט רעכט און זיך דינגען מיט די תּקנות פֿון ײִוואָ. אַגב, און די אַמאָליקע יאָרן זענען אַלע צאינה-וראינהס געווען באַצירט מיט פֿײ (פֿ) און נישט מיטן רעגולערן פ, ווי דו ווילסט מיסתּמא. סוף-דבֿר, ווער ס´וויל נישט שרײַבן לויטן ײִוואָ-אויסלייג קען דאָס טאָן, אָבער טענהן מיט אַזאַ התלהבֿות אַקעגן זײ קען נאָר דער וואָס ווייסט וואָס ליגט אונטער תּקנות.
 

1haam

New member
וואהין זאל איך גיין, הירשל?

כ´האב געלייענט דיינע יעדער ווארט (א פאר מאנאטן צוריק וואלט דאס נישט געווען מעגליך) מיט גרויסע הזדהות (?). אבער איך האב א פראבלעם: איך האב קייו מאל נישט געשריבען/געלייענט יידיש, נאר גערעדט א ביסל. וואס זאל איך טאן (לויט מיינע אוירען וואלט איך געשריבן ´טין´), שרייבן ווי איך הער? דאס וואלט געווען א תהו-ובהו. דערפאר פרוו איך צו לערנן די ייווא כללים. איך וועל פרווון אז די כללים וועלן נישט ווערן א טראיאנישע פערד. דאס הייסט, איך וועל ממשיך זיין רעדן און ליינען אלץ א גאליציאנער, וויפל איך בין מודע (?). אויב דו האסט אן עצה, ווי צו שרייבן מסודר און שיטתי לויט מיין מסורת, טא שרייב דא. א גוטע וואך, פוילישער ברידער. נ.ב., פאר געזונטערהייט, די שליסלן זיינען אין דרינען...
 
למעלה