עברית!

JRVCKCI

New member
עברית!

נועם, מדוע ולמה שלא תתרגמו חלק מההודעות לעברית? או שתתכתבו גם בעבית לפעמים, כדי שגם אנחנו נדע על מה אתם מדברים!!!
 

חייםלוי

Member
מנהל
דווקא כותבים כאן די הרבה בעברית

זה לא מעשי לתרגם כל הודעה שנכתבת ביידיש לעברית.
 

JRVCKCI

New member
אבל...

מידי פעם... אפשר להתכתב גם בעברית! ובנוסף, אולי כדאי להוסיף גם בעברית את ההודעות על קבלת השבת שאתם מארגנים, שלא הצלחתי להבין מה זה... תודה,
 

t a m n u n a1

New member
../images/Emo70.gifאלפאנס הפורום הזה נועד ../images/Emo110.gif

בין השאר לגרות כאלה שאינם מדברים את השפה ואולי באמצעותנו ילכו וילמדו????? נכון זה יידיש פורום!!!! ויכתבו בו גם עברית וגם יידיש!!!!!!!!!!!!!! הבנת את זה רב' אלפאנס!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
 

אלפאנס

New member
שרייב אויף יידיש- וועל איך פארשטיין

שרייבסטו אויף א מאדנע שפראך- קען איך דאס נישט פארשטיין. איך בין געקומען צום יידישן פארום צו שרייבן או לייענען אויף מאמע-לשון. אויב נישט, קען איך נעמען מיינע פעקעלעך און שרייבן אויף העברעיש, פראנצייזיש אדער ענגליש אין אנדערע פארומען... קענסטו אן ארמישן פארום? לכל הפחות האבן מיר, די יידשיסטן, אן איין און איינציקן פארום צו שרייבן אין אונדזערער שפארך. פאר מענטשן וואס ווילן לערנען יידיש- קען איך רעקאמענדירן עטלעכע קורסן. פאר מענטשן וואס קענען נישט אזוי גוט יידיש- ברוכים הנמצאים! איך קען אויך זיי רעקאמענדירן עטעלכע ווערטערביכער. זיי קענען זיי נוצן פון צייט צו ציייט. אויף העברעיש קענען מיר שרייבן, רעדן, און לייענען אין אנדערע מקומות...
 

fanti

New member
אלפונסו , הער זיך צו ...

דער פארום פיר ציך וי ער פיר ציך פון ערשטן טאג אזיי געפלט אונז און אזיי ועט וייטער זיין פאר ידער מענטש וואס ויל דא אריין און לעיינען. והתרגום . אלפונסו (בשביל הבידור) הפורום מתנהל כפי שהוא מתנהל מיומו הראשון כך נראה לנו וכך הוא ימשיך להתנהל . לכל אדם שרוצה להכנס לכאן ולקרא.
 

אלפאנס

New member
דרייען א ספאדיק

טייערע פאנאטילע! דו קענסט נישט צוריקנעמען דיין פארום. די 'יצורים' וועלן קריכן פון אלע לעכער בלויז צו דרייען דיין ספאדיק... אין מיין מיינונג א יידישן פארום דארף זיין אויף יידיש. דאס איז נישט א פארום וועגן יידיש! אין א סך מקומות רעדט מען וועגן יידיש אן יידיש. יעקב גלאטשטיין (דו קענסט נישט זינגען זיינע לידער) האט געשריבן אז: "אן יידן וועט נישט זיין קיין יידישער גאט". דאס איז נישט א גרויסע מציאה.
 

fanti

New member
אלפאנס . דו מעגסט עפענען דיין פארום

אַבער דוּ קענסט נישט אַריין גיין אין אַה פלאַץ וואָס פירט זיך וי עס פירט זיך אוּן באַשטימען אַז דאָס געפעלט דיר נישט אוּן צווינגען צו טאָיישן די ועג וי עס פירט זיך די גאַנצע צייט . אין דעם מאַראַנץ(תפוז) קען יעדער עיינער עפענען אה נאַייע פארום דוּ קענסט דאָס מאַכן אוּן מיט נעמען מיט זיך די גאַנצע "צדיקים" איך קען דיר צוּ זאָגן אַז איך וועל קיין מאָל דאָרטן נישט אַריין גיין . נאָר דאָ, אין דעם פארום איז דאָ אה מנהל ער עייסט נועם וואס פירט דעם פארום מיר דארפן נישט נאך מנהלים. בקצרה בעברית , אלפונס מותר לך להקים פורום משלך אבל, אינך יכולה להכנס למקום המתנהל כפי שהוא מתנהל ולהחליט שזה לא נראה לך ולהכריח כל הזמן לשנות את הדרך. בתפוז יכול כל אחד להקים פורום חדש וגם את יכולה לעשות את זה ולקחת איתך את כל "הצדיקים" ואני מבטיחה שאני לא אכנס לשם, אף פעם. אבל לפורום הזה יש מנהל הנקרא נועם והוא מנהל אותו, אנו איננו זקוקים למנהלים נוספים.
 

מוזר

New member
הנה, עוד הפעם מתחילים...

אלפאנס, עצה ידידותית. כשגבירות שהיו פה מיום הראשון של הפורום ושיודעות בדיוק איך הוא "התנהל להן" ואיך שרוצות שיתנהל הלאה ושידאגו להזכיר לך את זה בכל הזדמנות מטיפות לך מוסר אל תענה!פשוט תתעלם מהן. אחרת יתפתח עוד שרשור מכוער. אם יש לך מה להגיד תפתח שרשור חדש ואלו שזה מעניין אותם יגיבו. ופאנטי תפסיקי להתקיף כל מי שכותב משהו שלא נראה לך ותתחילי לכתוב עניינית. כפי שציינת יש "לפורום הזה יש מנהל הנקרא נועם והוא מנהל אותו, אנו איננו זקוקים למנהלים נוספים" סוף ציטוט.
 

חייםלוי

Member
מנהל
ר' אלפאנס. וואָס קען מען טאָן?

דאָס איז אַ פֿאָרום אין ײִדיש און וועגן ײִדיש. ניט אַלע קענען שרײַבן אויף ײִדיש אָבער זײ איטערעסירן זיך אין איר. תמנונה, למשל, לערנט איצטער די שפּראַך און זי, ווי אַנדערע, וויל נעמען אַ טײל אינעם פֿאָרום. דערפֿאַר זי שרײַבט אויף העברעיִש. דאָס איז ניט קײן עבֿרה שרײַבן אויף לשון קודש. אויב מיר וועלן זײַן ײִדישע פּוריסטן ס'וועלן בלײַבן דאָ זײער ווײניק מענטשן. מיר האָבן געהאַט די זעלבע דיסקוסיעס ווען דער פֿאָרום איז געווען אין קימפּעט און די מסקנא איז געווען אַז בײדע שפּראַכן וועלן לעבן צוזאַמען. ותרגום לאלה שרוצים אותו: זהו פורום ביידיש ועל יידיש. לא כולם יכולים לכתוב יידיש, אבל הם מתענינים בה. תמנונה, למשל, לומדת עכשיו את השפה והיא, כמו אחרים, רוצים להשתתף בפורום. לכן החיא כותבת עברית. אם נהיה טהרנים purists יידישיסטים יישארו פה מעט מאד אנשים. כבר ניהלנו את הויכוח הזה בראשיתו של הפורום והמסקנה היתה ששתי השפות יחיו זו בצד זו.
 

אלפאנס

New member
יידיש מחיה-מתים זיין

ר' חיים ווען די ערשטע ציוניסטן האבן געזאגט אז: "עברי דבר עברית" אין די צוואנציקסטע יארן, האבן בלויז עטלעכע מענטשן געקענט דאס טאן. די ציוניסטן (אדער פוריסטן) האבן געהאט א מלחמה קעגן יידיש און אנדערע שפארכן, און, גאט צו דאנקן קענען מיר איצט אין ארץ ישראל רעדן אויף לשון קודש. איך זאג נישט אז מען דארף יידיש מחיה-מתים זיין, אבער לכל הפחות קענען מיר דאס טאן אין אינטערנעץ, אן קיין שאנד. איך וויל נישט זאגן וואס דארף מען טאן דא אין פארום, אבער האב איך בלויז געוואלט צו דיר דערמאנען אז דארף מען א ביסל אפשטרענגן זיך.
 

גאטליעב

New member
גאָט צו דאַנקען?

ווער דאַרף דעם לשון-קודש, דאָס איז דאָך אַן עקלהאַפטיגע שפּראַך, דאָס האָט אונז דאָך צוגענעמען דעם גאַנצן יידישער קולטור, יידיש איז דאָך אַן עקסטערע וואַרימע שפּראַך קעגן די קאַלטע פאַכמאַרעטע העברייש. איך ווייס אַז אַנדערע וועלן זיך קעגן שטעלן, אָבער דאָס איז מיַין מיינונג.
 

מוזר

New member
וואס האט עיווריט מיט לשון הקודש

איינגעשטעקט? דא זיינען די פרומע מיט די פרייע אייניג. אונז גלייבען אז ס'נישט קיין שפראך און זיי גלויבען נישט אין הייליגקייט.. וואס איז שלעכט אראביש?
 

אלפאנס

New member
ווען רעדסטו יידיש נעם זונשמירעכץ

הר' גאטליב, איך זע אז דו האסט א נייע שטעלע אין דער מעטעאראלאגישער סטאנציע. לאמיר הערן- ווי קענט מען מעסטן די טעמפעראטורן פון א שפראך? יידיש איז מער ווי 37 גראדן? טו מיר א טובה, ווען רעדסטו יידיש נעם מיט דיר זונשמירעכץ. איך זיץ דא אין ארץ ישראל און איך שוויץ ווי א ייד אין א באד. העברעיש אדער יידיש- זענען ביידע שפראכן מיט יתרונות און חסרונות. נישט אלע יידן רעדן יידיש. מער יידן זענען געקומען קיין ארץ ישראל פון אראבישע לענדער. מיר האבן נישט קיין ברירה ווי צו רעדן דא אויף לשון קודש. אפשר אין יענער וועלט וועלן מיר אלע רעדן אויף יידיש (איך האב געהערט אז דאס איז זייער הייס אין גהינום).
 

גאטליעב

New member
איך פאַרשטיי נישט וואָס האָט דאָ

היצט צו טאָן. איך האַלט אַז אויף יידיש איז גרינגער זיך ארויסגעבן ווי אין העברייש וואָס איז ליַידער זייער בעגרעניצט. יידיש איז אַ ווייכע שפראַך וואס מען קען דאָס דרייען אויף אַלערליי זיַיטן, און אויך ווייניגער האַרט מיט איר דקדוק און מיטן ארויס זאָגן קלאָר די ווערטער. יידיש איז גרינג און ווייך, די איינציגסטע חסרון וואָס יידיש פאַרמאָגט איז, דאָס וואָס זי אַקטול זיך נישט מיט אַלע ניַיע מאָדערנע ווערטער, און דאָס וואָס טראָגט נישט אויף זיך גענוג ווערטער אויף לערונגען וו.צ.ב. נאַטור, איסטאָריע, מדע, מאַטעמאַטיק א.א.וו אָבער אויסער דעם אַלס אַ טאָג טעגליכע שפּראַך איז דאָס פיל שענער אונד בעסער ווי העברייש. דאָס איז מיַין מיינונג.
 
למעלה