מוזר:

מוזר

New member
ווענדט זיך פאר וועם, פאר ווען און

פאר וואס. מיר, צייטווייליג, וועסט אליין פארשטיין איז בעסער דא. (איך בין דאך דא) אויב דו זוכסט א צוריקגעבליבענע דריט-וועלטיגע מדינה וואס איז טעכנאלאגיש הינטערשטעליג מיט העכער צען יאהר, מיט א ביוראקראטיע ווי רוסלאנד אין די גוטע צייטען, מיט א קאמוניסטישע שטייער סיסטעם, און א פאשיסטיסע רעגיערונג, דאס איז דער פלאץ. אויב ס'געפעלט דיר בעסער פרעכע פרימיטיווע פרענקאלאך אין קורצע הויזען מיט סאנדאלען וואס העפליכקייט צו מענטשליכקייט איז קיינמאל נישט געשטאנען אין זייערע ד' אמות, ווי איידער פארטאריקאנער צו נעגערס, אה, און וואו ס'גאנץ זוניג און די פאלמען ביימער וואקסען, איז דאס פלאץ פאר דיר. אויב ס'געפעלט דיר בעסער די ירושלימער שניט ווי די אונגארישער, אויב מאה-שערים און סאטמאר יואל איז דיר געשמאקער ווי ראדני-גרויסען בית מדרש-53 און ביז מ'וועט זיך אויסלערנען אז א הייסע מקוה דארף זיין מינימום 42 גראד איז דא בעסער. אויב דו ביסט א בחור איז דא בעסער. אויב דו ווילסט מאכען "ביזנעס" אדער האקען א לעבען איז דארטען בעסער. עד כאן הקפה א'. ס'דא נאך טויזענד צדדים ס'ווענדט זיך ווער דו ביסט און וואס דו זוכסט. לכבוד וואס איז דיר איינגעפאלען צו פרעגען?
 

harms

New member
ביי פאשיסטישע רעגירונג וואלסטו ניט

געקענט דאס שרייבן!
 

מוזר

New member
פא! א ווי לאנג ס'טשעפעט זיי נשיט

שפיעלט מען כאילו דעמאקראטיע. ס'געווען אלימפיק שפיעלען אין '38 אדער 36? אויך.
 

יואלישל

New member
אוי וויי!

כ'האב געמיינט צו פרעגן "דא", אין תפוז, אדער "דארט", אין היידפארק. אנטשולדיק מיר פאר דער אומקלארקייט.
 

מוזר

New member
אה, דאס.. איין מאל מ'ווערט פטור

פון די פרסומת איז נישט דא קיין גרויסער אונטערשייד. תפוז קריעגט מען רעגעלמעסיג ביי נאכט א שעה צוויי "חלה טעות" און היידפארק האט געהאט א תקופה וואס ס'געפאלען עטליכע טעג נאכאנאן. ווען איך וואלט זיך געקענט א ביסעל בעסער PHP וואלט איך עס געשטעלט אליין אן אנצוקומען צו קיינעם'ס טובות.
 

גאטליעב

New member
איז אפשר ווילט איר קומען צו מיר

די וועב זייט איך האב דאס בעבויט שוין פאר א פאר מאנאטן, און איך וויל דאס פיל שענער מאכן מיטן נייעם ווערשן hebnuke 6.5 און איבער שרייבן די יידיש זאל דאס זיין יידיש און נישט דייטשמעריש. נאר איך בין יעצט רעדוצירט ווייל איך האב נאך נישט קיין פריוואטישע קאמפיוער וואס איך שטיי גאנץ באלד צו קויפן. אויב איר ווילט א טייל נעמען אין די אויפגאבע, וועל איך מיך זייער פרייען, מען קען מאכן פרומע צימערן א.ד.ג.
 

מוזר

New member
די לינק ארבייט נישט

דאס קריעג איך Fatal error: Call to undefined function: message_die() in db.php on line 88
 
למעלה