חולמועד

moshe0410

New member
א פארגעניגן

נאר אויף שמחות! שבת שלום ומועדים לשמחה!
 

moshe0410

New member
אנדערע שפראך

שפאניש. נוסח ארגענטינע.
 

fanti

New member
ס'איז נאך נישט אה דורך.. ../images/Emo161.gif

אליהו האָט זיך אַה ביסל פאַר האַלטן אויפן ועג מיר זיצן אוּן מיר
ואַרטן אַף עם דעם אמת צו זאָגן , דער סדר איז געווען זייער שיין . דאר וַיילע האָב איך אַה פראַגע, איך זע אַז אַלע שרייבן 'יום טוב' אוּן אַזיי דאַרף דאָס אַוודע זיין אָבער איך האָב אַלע מאָל געהרט אוּן געזאָגן "יאָנטעף" - YONTEF יעטץ וֵייס איך שוין נישט וואָס איז ריכטיקער.
 

fanti

New member
אה דאנק חיימק'ה - יעצט וייס איך אז

איך בין נישט געווען אה נאַר און גערעדט וי ס'דארף צו זיין.
 

fanti

New member
אה פיינער און אה פריילעכער סדר

נישט בדיוק וי ס'איז געשריבן נאר וי ס'איז ארויס דער עסן איז געוון געשמאק , די וויצן און די קינדער האבן געמאכט פריילאך. און די הגדה איז עפעס זייער קוּרץ געווארן . בכלל פון יאר צו יאר ווערט צי מיר קירצער. (וטוב שכך) וי איז געווען בא אייך ?
 

חייםלוי

Member
מנהל
דער סדר איז געווען ווי אַלע יאָר.

דער כיקר איז אַז דער זון מייַנער איז געווען. ער איז אין דער אַרמיי. הייַנט איז געפאָרן צוריק. מיר לייענען די גאַנצע הגדה אָבער שנעל. די קניידלעך זייַנען געווען זייער גוט.
 

fanti

New member
נאר די קניידלאך?

וואס ועגן די געפילטע פיש ליטווישע פיש ? און בכלל איך מיין אז מיר האבן גוטע יידישע עסן וועגן דיין זון ווינץ איך עם זאל ענדיקן די ארמיי און קומען געזונטארהייט אה היים.
 

חייםלוי

Member
מנהל
וואָס פאַר ליטווישע פיש? מייַן

ווייַב איז אַ בולגאַרקע. אָבער זי האָט געקויפט גוטע געפילטע פיש.
 

fanti

New member
וי מזאגט ביי אונדז "קנתה במו ידיה"

חיימק'ה , אַה פרוי וואָס וויל זאָל איר דער מאַן ליב האָבן לערנט קוֹכְן פוּן שוויגער די עסן וואָס זי קוֹכְט, אוּן ער איז געוֵוייט צוּ עסן ווייל די ועג צוּ דעם מאַן גייט דוּכְן בוֹיְיך זי קען זיין אה בולגארקע, תיימנקע, אדער אה ארבקע. קענסט אה שמֵייכל געבן , איך אַרְלוֹיְיב דיר.
אה גוט יום טוב
 

איטשע

New member
יום טוב!!!

בע"ה דאס ווארט "יום טוב" שטאמט פון לשון הקודש, דהיינו עברית! א סאך מענטשן האבן גערעט אומוויסנדיק פארשידענע ווערטער וואס שטשאמען פון עברית, מיט א סלענגישן אקצענט. איך ווייס אז עס פאראנען מענטשן וואס זאגען, לכאורה באידיש, מיימחרוינים, אנשטעל מים אחרונים.
 
למעלה