זומער-קורס
אין בר-אילן אוניווערסיטעט איז פארגעקומען א יידיש זומער-קורס. עס איז געווען זייער אן אינטענסיווער קורס.22 מענטשן האבן גענומען אן אנטייל.זיי זיינען געקומען פון באר שבע ביז חדרה און עס איז געווען א סטודענט פון אמעריקע אויך. ער איז געקומען לערנען כדי צו פארשן.עס ווארעמט דאס הארץ זען אז יונגע מענטשן באמיען זיך קומען און לערנען אבער עס גיט א שטארקן קלעם אין הארץ צו וויסן אז דער בילדונגס-מיניסטעריום (משרד החינוך) האט מבטל געמאכט די יידיש לימודים אין די שולן (עלעמענטאר ,מיטל-שולן און גימנאזיעס) עס איז א שאד. מ'טאר נישט שווייגן.מ'מוז עפעס טאן עס זאלן ווייטער זיין יידיש לימודים אין די שולן . עס זאל זיין א המשך און יידיש זאל אויפלעבן.