זאג מיר, נועם

יואלישל

New member
זאג מיר, נועם

דו מיינסט נישט אז סוואלט כדאי געווען יידיש זאל אננעמען אן אנדערן ווענדפונקט? ווי זי איז, אפעלירט יידיש בלויז צו א באגרעניצטער צאל אינטעלעקטועלן.
 

נודניצע

New member
גאט צו דאנקען

כ'מיין אז די צאל איז ניט אזוי באגרענעצט, און בכלל ס'גייט דאך ניט אין דער כמות נאר אין איכות. און וואס מיינסטו מיט "ווי זי איז"? - ווי איז זי?
 

יואלישל

New member
אט אזוי איז זי

זי איז פארנומען מיט א "יידישער קולטור" וואס רירט כמעט נישט אן דאס היינטיק יידיש לעבן. זי אנערקענט נישט אז איר הויפט באזע און איינציקע ארט פאר א פארזיכערטער צוקונפט איז ביי די חרדישע יידן. וואס שייך אויפן שעפערישן געביט ווייזט זי כמעט נישט ארויס קיין לעבנס-סימנים. עס קומען כמעט נישט אויף קיין נייע שרייבער. אט אזוי איז זי און ווי זי איז איז נישט גוט.
 

נודניצע

New member
../images/Emo182.gifפון א ביסל און א ביסל

ווערט א פולע שיסל. אט שרייבט שלום בערגער פיינע לידער אויף יידיש, מע האט אן א שיעור יידישע וועבזייטלעך, מע שפילט מוזיק, און רעקארדירט לידער אויף יידיש, מע זעצט איבער אויף יידיש... און דער עיקר - מע רעדט וועגן דעם, אוי וויפל מע רעדט. ס'אן אלטע טעמע, דאכט זיך, די צוקונפט פון יידיש. ווי עס זאל ניט זיין - היינט איז דא מער פון דעם אלעם ווי עס איז געווען מיט 5 יאר צוריק, הייסט עס אז די שיסל ווערט וואס א מאל פולער.
 

גאטליעב

New member
זייער מיטל איז פערבינדן דאָס

שפראַך צו'ם מאָדערנער ציליוויזיישן אונד קולטור, טאַקע דער שפראַך לעבט ביַי די פרומע אָבער די פרומע פאַרמינדערן דער שפראַך טיף אין זיך...
 
למעלה