וועגן קטלא קניא

יואלישל

New member
וועגן קטלא קניא

די פארבינדונגען אין דעם פארום האבן מיך געפירט צו א צווייטן פארום פון עמיצן "קטלא קניא". יענער שרייבט דארט ארטיקלען פול מיט סארקאזם קעגן חרדישע יידן. סאיז מיר טשעקאווע צו וויסן וואס אזוינס די פרומע יידן האבן אים געטאן, ער זאל וועגן זיי רעדן מיט אזויפיל גאליקן שפאס.
 
דו מיינסט ?../images/Emo67.gif

פארוואס האט טומי לפיד באקומען 15 מנדט'ן ?
 

יואלישל

New member
אט פארוואס!

לפיד האט באקומען 15 מאנדאטן פון אן אנטוישטער ישראלישער יוגנט, וואס האט געזוכט אן אלטערנאטיווע צו די ביז-איצטיקע באנאלע אידעאלאגישע געמויזעכצער. דער פיפיקער טמי האט זיי אריינגענארט אין זאק. איבעריגנס, איך גלויב, אז אויב לפיד וועט נישט אויפקומען מיט עפעס א "נארמאלער" פאזיטיווער פלאטפארמע, וועט זיין פארטיי אונטערגיין שנעלער ווי זי איז אויפגעקומען.
 
ברוכים-הבאים ../images/Emo141.gif

וווּ האָסטו אַרויסגעדרונגען אַז די פֿרומע האָבן אים "עפּעס געמאַכט". ס'איז שוין אסור צו קריטיקירן סתּם אַזוי? פּ"ס: סתּם אויף טשיקאַווע, דײַן נאָמען יואליש איז מרמז אַז דו ביסט פֿון די סאַטמערער?
 

יואלישל

New member
שוין איינמאל אזוי!

נועם: ווען זיינע ווערטער וואלטן אריינגענומען קריטיק "אויך", וואלט איך נישט געשטעלט די-דאזיגע פראגע. אין פאקט געפין איך, אז אויסער בייסיקער, סארקאסטישער קריטיק האט קטלא קניא גארנישט צו זאגן אויף פרומע יידן. דאס זאגט שוין אן, אז ער איז דורך זיי אויף אן אופן באעוולהט געווארן. יא, מיין נאמען דריקט אויס מיין פאליטישע אנגעהעריקייט.
 
דבֿר-דבֿר

די גאַנצע פֿראַגע דײנע שפּילט מיט ספּעקולאַציע. וועמען גייט עס אָן ווי די פֿרומע האָבן אים אַרײנגעדרייט און וואָס, פֿאַר אַלע שׂונאי-ציון, וויל ער אויפֿטאָן מיט זײַנע בלעטלעך. אין דער אמת געזאָגט, איך, ווי אַ געוועזענער פֿרומער, אינטערעסיר זיך אַ ביסל אין זײנע געפֿילן (ער האָט אויפֿגעערט דאַוונען אין דער וואָכן) אָבער מער פֿון דעם געפֿעלט מיר זײַן זאַפֿטיקן צאינה- וראינהישן ײִדיש. ער מישט אויס ווערטער פֿון ברכת-החודש, פרשת קורבנות און אַמרים פֿון חזל און שפּעטערדיקע גאונים. אַ מישאַכץ וואָס, לויט מײן מיינונג, איז דער סאַמער שענסטער דיאַלעקט פֿון ײִדיש (אויב מע קען דאָס דעפֿינירן ווי אַ באַזונדערן דיאַלעקט). הקיצר המעשׂה (אַ קיצער אַ מעשׂה), איך בין זיך משתּדל אים אַדורכצו לייענען אָבער איך דערשרעק זיך נישט פֿון זײַנע געדאַנקען... ______________ פּ"ס: ס'מיר נײַגעריק צו וויסן וווּ האָט איר געערט אויף אונדזער פֿאָרום?
 

יואלישל

New member
צאינה-וראינה שפעקולאציע...

שפאקולציע? קען זיין. איך וויל אבער עפעס קלארשטעלן. אויב איז ער, ווי דו שילדערסט אים, עמיצער וואס האט טיילווייז פארלאזט זיין פרומען לעבנסשטייגער, זע איך נישט מיט וואס זיי שטייען אים אין וועג. איך טראכט נאר, אז עפעס א שולדגעיפיל עגבערט אים טיף אין הארץ, און בכדי איר ארויסצוטרייבן, שפעט ער אפ פון גאנצן חרדישן לעבן. אפשר אזוי וועט ער פועלן ביים אייגן געוויסן גענצליך פטור צו ווערן פון דער "אנשיקעניש"... זיין יידיש איז נישקשה, ווי דו זאגסט. אבער דאס אייגנטלעך איז דער טיפישער יידישער דיאלעקט(?) וואס אלע חרדישע, יידיש-רעדנדע יידן ניצן. איך בין דערצו געוואוינט, און דערפאר רופט זי נישט ארויס ביי מיר אארויס קיין באזונדער אינטערעס. איך האב זיך דערוואוסט פון דעם פארום אין "הייד-פארק".
 

יואלישל

New member
אגב

אריינקוקנדיק אין דיין כרטיס אישי, האב איך דארט געפונען א בילד פון אן אלטן, פרומען איד. הפנים דו אידענטיפיצירסט זיך מיט זיי ביז א געוויסער גראד...
 
למעלה