וואס הערט זיך

MMMMMM1

New member
וואס הערט זיך

איך בין אחרדישע מיידעל און דאס איז א חידוש פאר מיר אנטרנט אן אידיש איך קען זיך משתתף זיין?
 
זיכער זיכער, ברוכים-הבאים!

יא, עס איז דא אינטערנעט אויף יידיש. איך מוז אייך זאגן אז איך וויל נישט זיין קיין זינדיקער כלפי-שמיא, איז נעם איך בזאת אראפ מיין אחריות אויף אלץ וואס איר וועט נאר זען און שמעקן דא אין פארום
איך זענט איינגעלאדנט זיך אוועק צו זעצן און נעמען דאס שפייז-קארטל... איר ווילט אפשר נס-קאווע? שווארצע בלאטע צי וואס?
 
ברוכים הבאים

עס קענט זיַין אַז מיר האָבן אַ מאָל געשמועסט אין דעם טשעט, אין "חרדים/ות" צימער?
 

חייםלוי

Member
מנהל
ברוכה הבאה. איך האַלט מיט

חילוני מיט שטרייַמל. אין אונדזער פֿאָרום זייַנען אַלע: חרדים און חילונים. אַלע זייַנען גלייַך דאָ - אַלע האָבן ליבן ייִדיש און ייִדישע קולטור.
 

מוזר

New member
שרעקליך! ווי קומט א חרדישע מיידעל

צו'ם אינטערוועלט? איהר ווייסט דען נישט אז אלע רבנים האבען דאס גע'אסר'ט? וואס וועט זיין מיט דיר?
 
למעלה