ממזר, חזירײַ, חוצפּהניאַק
איך מיין אַז אַזוי ווי אַ סך אַנדערע ווערטער וואָס זײַנען נעגאַטיוו אין שטאַם, ווי למשל "ממזר" באקומען מיט דער צײַט אויך אַ פּאָזיטיווער מיינונג – ממזר=אַ קלוגער יונג. אויך חזירײַ איז אין אנהייב אָן גענוצט געוואָרן נאָר פֿאַר פֿרעסערײַ אד"גל, אָבער מיט דער צײַט האָט זיך דאָס וואָרט פֿאַרשפּרייט אויך אין דעם מיינונג פֿון גוטע געשמאַקטע מאַכלים.