עוד כמה מתוך: "יודישע פאלקסלידער"
1. געשמיסענער תחת מיט צוויי ברכות, מיט צוויי לאטעס, מיט צוויי שמאטעס! א חופה געשטעלט, א חופה געריסן, משה'ן אין תחת אריינגעשמיסן! 2. איצקע, פיצקע, נאדל-טעשל געה אין קראם און כאפ א פלעשל; געה אין שול און כאפ א סידור, געה אויפ'ן גאס און פאל אנידער! 3. שעהן ביזטו, א פידעל האסטו, שפילען קאנסטו, זעהר שעהן; ליידיג געהסטו, משוגע ווערסטו, איז א בראך צו דיר אליין. 4. בין איך געפאהרן קיין אדעס אויף דער מאלדאוואנקע, כ'האב געטאנצט א פאלאנעז, מיט א שארלאטאנקע!