דו אָדער איר?

טראָקי

New member
דו אָדער איר?

אױפֿן אינערנעט, בין איך זיך נוהג צו דוצן מענטשן אין פֿאָרום. אָבער דאָ, זײַט איר מסכּים? ("בין איך זיך נוהג צו..." איז גוט? איך בין פֿאַרלױרן מיטן סדר פֿון די װערטער אױף ייִדיש!)
 
דוצלען

קענסט דוצן וויפֿל דו ווילסט, און איך וועל סײַ ווי בלײַבן "איר"
דער סדר אין דײַן זאַץ איז אין אָרדענונג. | אױפֿן אינערנעט, | בין איך זיך נוהג | צו דוצן מענטשן | אין פֿאָרום. | קענסט אַלײַן זען אַז דער ווערב "בין" איז אויף דער צווײטער פּאָזיציע. איך פֿאַרשטײ אָבער נישט פֿאַר וואָס טאָפּלסטע איבער - "אויפֿן אינטערנעט" און "אין פֿאָרום". _______________ דוצן דוצט זיך, טרינקען טרינקט זיך, אָבער וואָס זאָל מען טאָן אַז עס דאַוונט זיך נישט...
 

טראָקי

New member
זײַ מוחל!

"איך פֿאַרשטײ אָבער נישט פֿאַר וואָס טאָפּלסטע איבער - "אויפֿן אינטערנעט" און "אין פֿאָרום". דער זאַץ איז אַפֿילו ניט פֿראַנצױזיש! איך האָב געװאָלט (צו?) שרײַבן: אױף אינטערנעט בכלל, אין פֿאָרום בפֿרט.
 
למעלה