"בוקר טוב" עם שיר בלב

"בוקר טוב" עם שיר בלב

זינגען די מײדלעך: "ווער דאַרף דאָס דען באָדן אין וואַסער, וואָס טויג אונדז דער ים מיט די כוואַליעס, מיר קומען באַווײַזן דאָ אונדזערע פֿיגורן: די אָרעמס, די פֿיס און די טאַליעס". "עני און פֿעני, און סײַדי און קײדי, קומט לאָמיר אויסטאָן זיך, מײדלעך! מ'דאַרף דאָ ניט האָבן קאָרסעטן און וועסטלעך, מ'דאַרף דאָ ניט טראָגן קײן קלײדלעך". "אויך מיר אַן עסק זיך באָדן און שווימען! זאָל ברויזן דער ים און זאָל ברומען, זיך באָדן אין הונגעריקע מענערשע אויגן מיר זײַנען אַהער צו געקומען". השיר הקליל הזה נכתב בשנת 1916 על ידי ג. זעליגסאָן
ופורסם בדער קונדעס, עיתון הומוריסטי בניו-יורק.
 

harms

New member
ווער ווייס ווי האט מען גערופן די

יידישקעס אין אמעריקע ?
 
ווייס איך וואס

דו מײנסט אַז אַן אַמעריקאַנער מײדל ווייסט יאָ? אפֿשר רופֿט מען זיי "קאַטשעקעס" ?
 

harms

New member
איך פארשטיי ניט. טראכסטו אז דאס

געדיכט איז וועגן יידישע מיידלעך? אדער דער דיכטער האט געשריבן וועגן אמעריקאנער מיידלעך?
 
איך בין שוין אין גאנצן פארלוירן

דאס לידעלע איז וועגן געדיכטע
מיידלעך וואס קומען זיך באדן ביים ים. מאי נפקא מינה זייער טאטנס טאטן? זאלן זיי זיין בוזשאנקעס.... את יודעת מה זה בוזשאנקעס?
 

מוזר

New member
אס זיינען אמעריקאנער נעמען

Annie Fanny Sadie Katie FANNY וSADIE זיינען געווען זייער באנוצט ביי די אידען וואס האבען זיך פאראמעריקאנעזיערט. די אנדערע זיינען גאנץ גויישע אדער HENNY? אויך א באנוצטער נאמען
 

אלפאנס

New member
נאך א לידל:

א זכר פון א. עסעלין א זכר פון איר איז געבליבן: א רינגל, א בענדל, א טיכל, א שאכטל פון ראזעווען פודער, א קנעפל א שווארץ פון איר שיכל. א קנייטש אויף דער סאפע, נאך ווארעם, די סאפע ווו זי איז געזעסן. איצט רעגנט- זי ועט זיך פארנעצן, זי האט אויך איר שירעם פארגעסן. און עטלעכע האר אויף א קעמל, ווי זיידנס געטונקט אין פארפומען. ----------------------------------- מיין טאש מיט מיין גאנצן פארמעגן, אט דאס האט זי יא צוגענומען. (ניו-יארק, 1920). ר' נועם- פארוואס ברענגסטו נישט די עראטישע לידער פון לייב ניידוס?
 
אַ קראַסאַוויצע אַנטקעגן אַ זונה

אוי ווײ, דער גאַנצער אונטערשײד צווישן שונד און דיכטונג. דאָס לידל וואָס איך האָב געברענגט איז לויטער שונד, שמאַלץ, אָדער ווי מען האָט עס גערופֿן אין יענע יאָרן אין אַמעריקע – זנות־ליטעראַטור. אַחוץ פֿון דער מאַטעריאַל פֿאַרן עונג@שבת, זעץ איך זיך נישט אַוועק אַויסקלײַבן עפּעס גוטס. ווען איך טרעף אַ שײן שטיקל אין מײַן טאָג-טעגלעכן ליינעשטײַגער, בין איך מזכּה הרבים און ברענג עס אַהער. אַגב, האָבן מיר שוין געברענגט עטלעכע "הײסע" לידער פֿון לײב נײַדוס. אַ קורץ זוכעניש אין דער פֿאָרום־אַרכיוו און דו וועסט געפֿינען דעם אוצר. נאָך עפּעס, דאָ נישט לאַנג האָב איך איבערגעלײענט פֿון דאָס נײַ זײַן טראַגישע לעבנס־געשיכטע, און ער איז טאַקע אַ וווּנדער פֿון אַ פּאָעט.
 
וואָס?

לפֿי עניות דעתּי וואָלט איך געזאָגט, ווי אַן אמתדיקער אַמעריקאַנער ייִד, אַז די דערמאָנטע נעמען זײַנען גאָר ניט רעפּרעזענטאַטיוו פֿון נעמען בײַ אַמעריקאַנער ייִדן. אָט האָט איר אַ רשימה פֿון די ערשטע נעמען פֿון מײַנע חבֿרים (נאָר אַ מוסטער): רחל סעלעסט איוו קלמן מאַרק ברוכה סענדי איר זעט? ס´איז אַ גאַנץ ברייטע גאַמע. אגבֿ, וואָס שייך „ייִדישע“ און „ניט־ייִדישע“ נעמען, איז דער גרענעץ ניט קין גוט באַשטימטע. יעדער בר־בי־רבֿ ווייסט דאָך, פֿון וואַנען עס שטאַמען „אסתּר“, „מרדכי“, „משה“, אאַז"וו... אַגבֿ, די נעמען וואָס איר ברענגט זײַנען שוין פֿאַרעלטערט. ווער זשע וואָלט הײַנט געגעבן אַ נאָמען אַ קינד „פֿעני“?
 
למעלה