א צעמישטער מענטש

יואלישל

New member
א צעמישטער מענטש

איך לייען גאנץ אפט דעם בלאג פון "קטלא קניא", און קום אלץ מער צו דער איבערצייגונג, אז ער איז פשוט א צעמישטער מענטש - א צעשפאלטענע נשמה. כ'וויל נישט יעצט טשעפען נועמ'ם אבסעסיווע געפילן מיט דעם קטלא קניא'ן, און וועל דערפאר נישט קריטיקירן זיינע מיינונגען, מאדנעם קוק אויפ'ן ארום, מישן די יוצרות, און דאס קרום פארטייטשן געשעענישן. דערפאר וועל איך אבער יא ארויסטראגן מיין אורטייל אויף זיין וועזן. "קטלא קניא" איז א מענטש וואס איז אומצופרידן מיט זיך און דער וועלט. אלס "שמאלקעפיקער", פרומער איד, האט ער געזוכט זיך משלים צו זיין אין אידישקייט, לויט די באגריפן פון דער סביבה אין וועלכער ער האט געלעבט און אויפגעוואקסן. ווען ער האט - מסתמא אדאנק פארשידענע אומשטענדן - נאכגעלאזט פון אט-דעם לעבנשטייגער, האט ער פארלוירן זיין צופרידנקייט און אלס קאנסעקווענץ אנגעהויבן נישטערן און זוכן פאר עפעס וואס זאל אים באפרידיקן. ווי איר קענט עס זען קלאר זען אין זיין בלאג, האט ער דעם-דאזיקן ציל נאכנישט דערגרייכט. ער ראנגלט זיך מיט זיך אליין, און איז פארנומען מיט פרובירן שלום צו מאכן צווישן די קעגנגעזעצטע מיינונגען און נויגונגען וועלכע ציען אים צו פארשידענע ריכטונגען. ער קען נישט באשליסן צי די איינגעפונדעוועטע באגריפן וועלכע מען האט אים אין אים אריינגעלייגט אין די קינדערשע, בחורשע יארן זענען לחלוטין בלאף, צי נאר למחצה, לשליש ולרביע. איך גלויב, אז ער וואלט זייער געוואלט קענען פועלן ביי זיך זיך איינצושטעלן מיט א מין פשרה'דיקער אידישקייט, א שטייגער ווי רעפארמיזם, אן דארפן זיך מוטשען מיט געוויסנסביסן. איך ווייס נישט ווער עס שטייט אונטער דעם נאמען "קטלא קניא". ס'איז נישט אויסגעשלאסן אז כ'קען אים פערזענלעך, זינט איך פארמאג באקאנטע וואס דרייען זיך ארום מיט ענלעכע געדאנקען. יעדנפאלס, באזיר איך מיין אפשאצונג טאקע אויף די-דאזיקע באקאנטע מיינע, וועלכע טיילן אלע אט-אזא מהות - קאמבינירט מיט וואס קטלא קניא דערציילט וועגן זיך אליין.
 

yaely2

New member
מנהל
קטלא קניא ../images/Emo166.gif

שלום גאטליעב, איך האב נישט פארשטאנען וואס דו ווילסט. פון דעסטווייגן, "קטלא קניא" איז אין ארמיק "קוטל קנים" דוס הייסט ער איז זער א פשוט מענטש. מען זאגט אויף עברית "הוא לא קוטל קנים" ער איז נישט א קוטל קנים, ער איז נישט א פשוט מענטש. יעלי
 

חייםלוי

Member
מנהל
קטלא קניא במקרה שלנו הוא בלוגר

כלומר אדם שכותב יומן מקוון ברשת וכינויו הוא קטלא קניא. הוא חרדי שגר בניו יורק ויש לו אכן בעיות עם אמונתו ודרך חייו. אך הוא מאוד מעניין. הוא גם קורא את הפורום שלנו לפי ההפניה שיש בבלוג שלו אלינו.
 
למעלה