א פריילעכן פורים!

קערבאלע

New member
א פריילעכן פורים!

גיט א קוק אריין ווער ס'איז א בעלן אויפן פאלגנדיקן זייטל פון דער ישראלדיקער אינסטאנץ -- צי ווי הייסן זיי דארט -- פאר יידיש. ס'איז גאנץ פריילעך אויף דעם ספעציפישן זייטל וואס איך לייג דא צו איר גענויען אדרעס, דהיינו -- http://www.kextra.com/yiddish/yhome/navcont.asp?id=411&parent_id=124&innerHP=False&table_name=tp001 און טאמער עס גיט זיך אייך בשום-אופן ניט אריינקריכן אהינצו האט איר בפירוש פארשפארט ניט ווייניק ביטול-זמן! א ליכטיקןת געזונטן און פריילעכן פורים! אייער, קערבאלע ב"ר ברעקאלע
 

מוזר

New member
דערציילען די מעשה פון מגילה אן צו

דערמאנען דער אייבערשטער האט א טעם ווי מיין באבעס טשולענט. -פון פאר א חודש... ווי זיי שטעלען עס פאר אויף צו שלאגען כפרות איז עס אויך נישט ווערט...
 

קערבאלע

New member
כ'דערלויב זיך

צו גלייבן אז אייער באבעס טשאלנט איז געווען טויזנט מאל מער באטעמט... אזוי ליידער איז עס: במקום שאין איש איז געהאקטע הערינג אויך א פיש! און אז מע רעדט שוין פון מאכלים, -- זייט מוחל וואס איך האב אייך אריינגערוקט קאלטע נעכטיקע לאקשן! ווי געזאגט אבער פריער- וועמען עס וועט זיך ניט איינגעבן אריינצוקריכן אין יענעם וועבזייטל וועט יענער דערמיט איינשפארן גארניט ווייניק ביטול-זמן!
 

קערבאלע

New member
גראגער

איך האָב אַן אַלטן גראַגער וואָס מאַכט אַ יונגן טראַסק ס'איז ניט קאָמיש און ניט טראַגיש נאר סתם אַזוי אַ בראַזג עס דערלאַנגט דער שטילקייט אַ פּורימדיקן פלאַסק דער גראַגער מיינער הילכיקער ער הילכט אזש אין דער גאַס
 

מוזר

New member
איך גלויב אז טשאלענט נאך א חודש

האט אן ערגערע טעם ווי "קאלטע נעכטיגע לאקשען" אבער על טעם וריח...
 

קערבאלע

New member
טאקע פארדערפאר

האב איל אייך אריינגערוקט בסך-הכל נעכטיקע לאקשן און ניט חלילה טשאלנט שעבר עליו החודש!...
 
אין די מגילה אליין

ווערט נישט דערמאן דער אויבערשטער, קען גאר זיין זא די וואס האבען געשריבען די מגילה, האבן אין אים נישט געגלויבט?
 
[געדאנקען]

דאס איז דאס ערשטע מאל וואס דו שרייבט יידיש און נישט סתם ווערטל וואס דו הערסט אין מושב-ליצים-בית-הכנסת נאר עפעס אן ארגומענט
די גאנצע מגילה שטעקט מיר ווי די יידן האבן גערוט. דאס הייסט, סע ברענגט מיר נישט קיין אויפטרייסלעניש און עס באדערט מיר נישט בין ארור המן לברוך מרדכי. וואס יא? איציק מאנגערס מגילה שטייגט איבער עשרת מונים די אויסגעטרוקנטע הושענה דמתקריא "מגילת אסתר". איר קענט מסתמא די וויץ, די אור-אלטע וויץ: ער איז א צדיק, אין תענית עסט ער. (אין "תענית אסתר"). אויך מיר א חכמה…
 

יואלישל

New member
נישט קיין פארגלייך

האסט שוין, הפנים, פארגעסן דיין גירסא דינקותא, וועגן וואס די מגילה רעדט זיך. די מגילה איז נישט קיין ליד, פאעמע, אדער אנדערער פאעטישער ווערק. זי איז אזא סיפור המעשה איבער וואס האט זיך דארט און דעמאלט אפגעשפילט. ארור המן און ברוך מרדכי זענען נישט קיין באגריפן וועלכע דארפן אויפטרייסלען. אויב עפעס פראקטיש, דארף מען פארגעסן דעם אונטערשיד צווישן זיי ביידן. דאס אלץ.
 

מוזר

New member
נועם, דאס איז געשריבען

געווארען צו מיר אדער אטיעסט? אז דו האסט א גאנצע מגילה וואו די אידען הטבען גערוהעט איז דיר נישט אומבאקוועם זיך באוועגען? לאזמיר אפ א מינוט פון פרומקייט, ס'קומט מיר שווער גלויבען אז איינער וואס האט געהערט די מגילה אין חדר קען צוקוקען נעבאכ'דיקע פאראדיע וואס זיי האבען דארט אנגעמאכט. מישט אזוי?
 

קערבאלע

New member
קמחא טחינא טחנת

דער ענין מיטן "מקום אחר" אין דער מגילה איז שוין אייינמאל באבערדלט מיט א לאנגער גראווער בארד, אבער ווי שטייט עס דארטן אין דער הגדה: בכל דור ודור וגו' מוז מען הייסט עס אויך ווייטער מחדש זיין דעם ספק. אבי געזונט! און דער עקר פארגעסט ניט צו מאכן א ריכטיקן לחיים ווי סע דארף צו זיין אויך פאר מיינעט וועגן!
 

מענדעלע

New member
זיכער, וואָס פאַר א שאלה?

זיי האָבן זיכער ניט געגלויבט. "לך כנוס את כל היהודים" - איז געווען אויף צו זען אַ אידיש-טעאַטער שפּיל. "וצומו עלי" - איז סתם צוליב אַ דיעטע. "רווח והצלה יעמוד ליהודים ממקום אחר" - איז סתם אַ בויך סברא. "אם מזרע היהודים מרדכי אשר החילות לנפול לפניו לא תוכל לו כי נפול תפול לפניו" - פשוט ווייל אידן זיינען קלוג.
 
למעלה