א פארום אין יידיש ?

א פארום אין יידיש ?

משיח'ס צייטן זייער שיין וואס מאכן די מעבער'ס עפע'ס ? איך האב מיך יעצט אביסל ארויס-געגנבט פין די ישיבה צי זען וואס הערט'זיך ? ליינען אביסלע מקוה נייעס
 
א מעשהלע מיט נאפאלעאנען

ווען ער האט געהערט פון זיינע ראטגעבער אז די יידן האבן אזא באדצימער ווו זיי ווייסן גענוי די נייעס אין דער ערשטער מינוט, האט ער געזאגט צו זיך: איך מוז דאס זען מיט מיינע אייגענע אויגן, איך ען דאס נישט גלייבן. האט ער זיך אנגעטאן מיט אלע שמונה בגדים, מיטן טלית קטן מיט אלצדינג, און איז צוגעפארן צו א קליין שטעטל און אויסגעפרעגט וועגן די מקווה דארט און איז אריינגעטראטן אהין. ער האט זיך אוועקגעזעצט אין א ווינקל כדי נישט צו שלעפן אויפמערקזאמקייט און א פרעג געטאן דעם יידל מיט די צעריסענע גאטקעס: וווּעס עפעס נאאאאעעעעס (די פוילישע "וואס עפעס נייעס")? האט אים דער ייד אוועקגעשטעלט א פינגער אויפן מויל: שטיל שששששששששששש מ'זאגט אז נאפאלעאן אליין דארף אהערקומען...
 
למעלה