א נייער אידיש-בלאג!

אלפאנס

New member
דאס איז מאדנע אז א מענטש

וואס שרייבט א נייער בלאג, אנהייב מיט א שווערן אנפאל קעגן א קאלעגע זיינעם. פארוואס? האבן מיר אזוי פיל יידישיסטן אויף דער נעץ? עס איז נמאס מיט די מלחמות פון יידן. קענט מען נישט לעבן בשלום? איך האב ליב די זאכן וואס קטלא קניא שרייבט. זיין יידיש איז גאנץ פיין. א יידיש קינד, אבער האט אויך א סך טעותן! דאס איז אלץ געשריבן אקעגן וואס קטליא קניא קריטיקירט די גוטע יידן. ער איז איינע פון זיי. דארפסטו נישט זיין מסכים מיט אים, אבער לכל הפחות, א ביסל דרך ארץ. ניין?
 

יואלישל

New member
פעלט הסבר

אויב ביזטו צופרידן פון קטלא קניא ווייל ער שרייבט, דארפסטו דאך רעספעקטירן די קונסט פון שרייבן, אריינגערעכנט "קריטיק". זיכער קען און דארף מען לעבן בשלום מיט יעדן. דאס איז נאכנישט טייטש אז מען מוז זיין איינשטימיג מיט יעדן. איך בין נישט איינשטימיג מיט קטלא קניא, און שרייב דערפאר פארוואס. זיין אידיש איז "גאנץ פיין"? אויב דאס איז פיין, טא וואס איז שלעכט? ער "קריטיקירט" נישט די פרומע אידן. דאס רוב באשטייט פון גראדע ליגנס. "דרך ארץ"? פאר וועמען? פאר עמיצן וואס האלט זיך נישט צוריק פון אנפאלן אויף יעדן וואס אים דוכט זיך טראכט אנדערש ווי אים מיט די גראבסטע ווערטער? פארוואס מעג ער קריטיקירן יעדן וואס אים שמעקט, און איך טאר נישט כאטש אנווייזן פארוואס ער איז נישט בארעכטיגט דערצו?
 

מוזר

New member
שיין, יואלישל, איך גראטוליער דיר

ס'האט אויך א פאר גרייזען אין ווערטער און זאצען אויסלייג אבער נישט געפעהרלאך. דיין הארץ איז אין ריכטיגען פלאץ. כאטש ער האט נאך געהאט די מענטשליכקייט צו פארצוימען זיין ליינער קרייז און דאס צו האלטען אין די ענגע קרייז פון יידיש ליינער משאין כן דער האסידיק רעבעל. ס'זעהט מיר אויס ביידע צו זיין אזעלכע וואס קענען זיך נישט פארמעסטען מיט זייערע אייגענע פאראנטריסטונג און לאזען דאס ארויס אויפ'ן סיסטעם. יעדענפאלס, איך האף אז דו וועסט זיך נישט באגנוגענען מיט דעם נאר פארזעצען דאס וואס דו האסט אנגעהויבען. א גוטען, דיינס מוזר
 

אלפאנס

New member
טייערע חברים, פאר מיר דאס איז

אלע מאל אינטערעסאנט צו אריינקוקן די חרדישע געזעלשאפט דורך די שפארונע פון חרדישע בלאגיסטן ווי קטלא קניא, חאסידיק רעבל און היושב על הגדר. און איצט אויך א יידיש קינד. זיי זענען אלע קלוגע און געלערנטע מענטשן וואס האבן א פרישן שטאנדפונקט און זיי קענען אויך שרייבן זייער גוט. נישט אלע מאל בין איך מסכים מיט זיי אבער מיין איך אז זייערע הערצער זענען אויך אינעם ריכטיקן פלאץ. דארפסטו מודה זיין אז לכל הפחות א ביסל פון זייערע קריטיק איז גערעכט. און וואס זאגסטו וועגן די פיקאנטישע מעשיות וואס שרייבט אונדזער חבר ר' נועם אין זיין בלאג אלף בית? ער שרייבט לויט אלע כללים פון שפראך...
 

מוזר

New member
אטא דאס איז טאקע די בראך

פאר דיר און אויך פאר א סאך אנדערע איז אינטערסאנט אריינצוקוקען אין די חרדישע געזעלשאפט. נאר וואס אז ווען מ'קוקט דורך א פארבלאטיגטע פענסטער זעהט אלץ אויס צו זיין פארבלאטיגט. דאס בילד וואס זיי שטעלען פאר איז גאנץ פארקרומט, און נאך איידעל געזאגט. ליידער לעבען מיר אין א וועלט פון אויבערפלעכליכע מענטשען, וואס נעמען אן באלד יעדער סטיראוטיפ און וואס ווייטער און וואס פרעמדער די ציבור אלץ גיכער און גלייבליכער ווערט אנגענומען יעדער פוסטע שטות און ליגענט. ליידער לעבען מיר אין א וועלט וואו יעדער אויסווארף און געמיינע שמוציאן קען פאררעכענט ווערען אלץ פארטרעטער פון א ציבור וואס זיין געהעריגקייט דערצו איז גאנץ צווייפעלהאפט, און וואס נויטיגען זיך אומבאדינגט *נישט* אין זיינע דיענסטען נאר ווייל ער שטעלט זיך אזוי פאר. (ע"ע יודא משי זב ועוד) אויסשליעסענדיג קטלא קניא, ווען די מענטשען האבען אנגעהיייבען צו שרייבען פאר די עפענטליכקייט, און זיך פארגעשטעלט פאר פרומע אידען, האבען זיי גוט געוואוסט אז ביי'ם פרעמדען וועלט ווערט יעדער ווארט, מיינונג און גרעפס זייערער באלד אזוי אנגענומען ווי תורת משה. זיי האבען גוט געוואוסט אז מ'וועט זיי נישט אנקוקען ווי פריוואטער מענטשען וואס זיינען צופעליג פרומע נאר אלץ אן אפשיעגלונג פון, און א פענסטער צו, די חרדישע וועלט. דאס איז א פאראנטווארטליכקייט וואס זיי האבען לכתחלה נישט געדארפט אננעמען און ווען שוין אנגענומען האבען זיי נישט געהאט קיין שום רעכט אין די וועלט זיך נישט וויסענדיג מאכען און זיך אפטרייסלען פון דעם. (איך האב אויך געהאט חשק צו שרייבען א בלאג אבער ציליעב דעם וואס איך האלט זיך נישט פאר א מוסטער פון ווי א חרדישער איד דארף אויסזעהן אין יעדער הינזיכט האב איך זיך אפגעהאלטען) איך ווייס נישט וואו זייערע הערצער זיינען אבער אויב ס'טאקע אויפ'ן ריכטיגען פלאץ איז זייערע שכל א היבש ביסעל ארונטער. ביי מיר זיינען זיי גע'משפט און געטראפען שולדיג. זיי האבען פארשעמט די גאנצע פרומע אידענטום און מיר פערזענליך. זיי האבען בייזוויליג ארויסגעטראגען פאלשע קלאנגען אויף די אידישע געמיינדע. זאלען זיי קראפיערען, זאלען זיי גיין שמעקען די בלומען פון די אנדערע זייט. ליטירארישער קונסטליכקייט טוט נישט פארדעקען אויף פאלקס פעראט, און פרייהייט פון אויסדרוק ערלויבט נישט פארלוימדונג. א האלבען אמת איז א גאנצען שקר אין איך דארף נישט מודה זיין אז קיין איין איינציג פראצענט פון זייערע אזוי גערופענע "קריטיק" איז גערעכט. מיט אזעלכע חברים.. ווער דארף שונאים?
 

מוזר

New member
איך האב יעצט געוויזען מיין חבר

די בלאג פון האסידרעבעל און איך האב געטראפעם א נייער פארבינדונג, צו אן ארטיקעל אין דער "ווילעדזש וואויס". איך בין אויפגעציטערט געווארען. איך האב געמיינט אז איך האב געשריבען פריערט שארף און איך זעה אז איך האב עם ווייט צו איידעל באהאנדעלט. ס'קומט מיר שעלטען, אנצופילען די גאנצע בלאט מיט קללות וואס נועם זאל קענען שפעטער אריינשטעלען אין טאגליין מיט א שיינעם קעפעל. איך בין געפלעפט, אן ווערטער. ס'נישט דא קיין ווערטער ריכטיג אהערצושטעלען דער געמיינעם חזיר, דער נידערטרעכטיגען גיפטיגען שלאנג, דער גרויליגען אוסווארף, דער שייעסדרעקיגען ארשלאך פון א קראנקען הונט, א מיתה משונה עם און א ברענעדיקער גיהנם אויף זיין קאפ. א רוח עם אין טאטען'ס טאטען אריין אויף זיין טאטען'ס ערד זאל ער טאנצען, א כאלעריע עם אין די אלע ביינער, א שווארציאהר עם, זאל עם דער טויפעל פארכאפען, אין דער ערד זאל ער גיין, זאל ער זיך באגראבען לעבעדיקערהייט, זאל עם אפדארען זיין פאלשע צונג און טרייפענע הענט און עם אויסגעשטאכען ווערען זיינע בייזע אויגען, זאל ער זיך הענגען, שטיקען, ווארגען. יעדער אטעם וואס ער ציעט נאך פארפעסטיגט די לופט. ער וועט מיאוס אפשניידען און האבען א ביטערען סוף, ווי אלע זיינע פארקומער און נאכגייער. זאלען אונז דאס דערלעבען אין גיכען און מיט פריידען.
 

חייםלוי

Member
מנהל
האָסט מזל אַז די קללות דייַנע

זייַנען אין ייִדיש, אַנדערש וואָלט איך זיי געמעקן אָן איבערקלערן אַ צוויטן מאָל. איך פֿאַרשטיי אַז די קללות זייַנען פֿרומקייט אַליין נאָר אַז דער בלאָגיסט דערציילט עפּעס וואָס שטימט נישט מיט וואֶס דו טראַכסט איז ער אַ פושע ישראל.
 

מוזר

New member
חיים

מעג איך אננעמען פון דיין תגובה אז דו קענסט נישט ליינען ענגליש, אדער עכ"פ האסט נישט געליינט די כתבה?
 

יואלישל

New member
הער דעם אינטערשיד

איך פארשטיי אז ס'איז דיר אינטערעסאנט "אריינצוקוקן אין דער חרדישער געזעלשאפט." מיר איז אויך אינטערעסאנט אריינצוקוקן אין דער סעקולערער געזעלשאפט. דארפסט אבער דערביי געדענקען, אז די אויסגערעכנטע בלאגיסטן, קטלא קניא, האסידיק רעבעל און היושב על הגדד זענען מענטשן אנגעפרעסן מיט האס קעגן זייער ארום. דערפאר זענען זיי נישט אויסן צו דערציילן דעם אמת; דער עיקר איז, ס'זאל בארעכטיגן זייער שנאה. וויבאלד דאס איז דער עיקר, ווערט אזא קריטישער יסוד ווי דער "אמת" פארריקט אין א זייט. אוודאי איז אביסל פון זייער קריטיק גערעכט. ווער זאגט עס דען אז חרדישע אידן זענען ריין פון פעלערן? זיי אבער נעמען פרטים און דערציילן זיי אלס כללים. אפילו די גערעכטע קריטיק, קומט אויך אין דער פארעם פון בייסיגן סארקאזם. מיט נועם איז די מעשה גאר אנדערש. ער איז פארנומען מיט אויפטאן פאר אידיש און דער אידישער קולטור. צי כ'בין אזוי אנטציקט דערפון? לאו דווקא. אבער ס'איז א גאנג. יעדנפאלס, ער זוכט נישט צו טשעפען קיינעם. ספעציפיש גערעדט, וועגן די מעשה'לעך וואס ער דערציילט אויף זיין בלאג, איז ווייטער די זעלבע זאך. ער פרובירט נישט איינרעדן א קינד אין בויך, אז אט אזוי זעען אויס אלע ישיבה-בחורים. קוק נאר אריין אין די "תגובות" ווי ער ענטפערט דאס אפ. די געשיכטע איז ווארשיינליך אמת. אבער נועם רעדט נישט מיט גאל, און פרואווט נישט פארשמירן דאס פנים פון פרומע אידן. אויב דאס געפיל נארט מיך נישט, צילט ער מיט דער געשיכטע צו דערציילן ווי ס'איז צו אים געקומען דאס איבערלאזן דעם פרומען לעבנסשטייגער. דאס אלץ. אין אלגעמיין בין איך היפש טאלעראנט. איך האב נישט קיין פראבלעם מיט מענטשן וואס טראכטן און האלטן אנדערש ווי מיר. דער בעסטער באווייז דערצו איז, וואס איך באטייליג זיך אקטיוו אין א פארום וואס שטייט אונטער דער פירערשאפט פון נועם סטאריק!
 

חייםלוי

Member
מנהל
איך האָב שוין נעכטן אַרייַנגעשטעלט

זייַן בלאָג אין די קישורים (אויבן) - ייִדישע בלאָגס
 
../images/Emo26.gif../images/Emo26.gif הבהרה ../images/Emo36.gif../images/Emo36.gif

חברים יקרים! הבלוג המדובר הוא לא שלי! ויעיד עלי נועם שמכיר אותי. אל תבלבלו פה ביני לבין כותב הבלוג!!!
 

ה מ ש י ח

New member
בכל מקרה

הכתבה היא גיבוב אחד גדול של בולשיט טהור. השטויות שכתובות שם, לעזאזל. אנשים אשכרה קוראים ומאמינים לזה??
 

חייםלוי

Member
מנהל
זה היה די ברור. לכן בקישורים כתבתי

אידיש קינד כפי שהוא כותב ולא יידיש קינד כפי שאתה כותב.
 

יואלישל

New member
שעפעלע:

"אידיש קינד" האט אינגאנצן נישט דיך געמיינט. ער האט נישט געצילט צו פארפירן דעם עולם אז דאס מיינט מען "יידיש קינד". ח"ו. אויב האסטו זיך געשפירט געטראפן, בעט איך ביי דיר מחילה.
 
למעלה