א גרוס פון ניו יורק

יואלישל

New member
שלום עליכם!

און ברוכים הבאים. אפשר קענען מיר זיך טרעפן פערזענלעך?
 

מוזר

New member
גוט אין דער ערד איז איבעראל,

נישט נאר ביי דיר, נועם. און יואליש,ל אדרבא, פארשרייב זיך מיט מיר אין מסרים. ביסט געווען ביי'ם ציון?
 

מוזר

New member
איך האב געהאט א טעלער פארפעל

ביי זלמן לייב און געהערט א טייל פון אהרן'ס דרשה. דער אמת, איך בין געווען גאנץ אויסגעמוטשעט און איך האב נישט געהאט קיין נערווען צו בלייבען צו לאנג, איך האב זיך געלייגט שלאפען פרי. און דו?
 

יואלישל

New member
איך האב געהערט

ביידע טיילן פון אהרנ'ס דרשה. געגעסן האב איך אויפ'ן וועג אהיים.
 

מוזר

New member
נישט קיין גרויסע קונץ. האלב שטעטעל

האט דאס געהערט. די מיקרופונען אין גרויסען בית מדרש זיינען באלד אזוי הויך ווי די רמקולים פון תורה ויראה אין מאה שערים.. איך האב געשטאנען עטליכע גאסען אוועק און נאך אלץ געהערט. ער האט געזאגט עפעס אינטערסאנט?
 

יואלישל

New member
אמת

אבער איך האב די דרשה געהערט אין ביהמ"ד. די דרשה איז געווען עפעס מוראדיג; ער האט זייער גוט גערעדט. (פאר אן אמת-אביעקטיווע אפשאצונג דארפסטו פרעגן א זייטיגן מענטש. איך בין א נוגע בדבר...)
 

מוזר

New member
אז ער האט א געשליפענע צינגעל

לייקענט קיינער נישט. איך האב אויך הנאה געהאט פון זיינע קאסעטעס אין די גוטע צייטען... עפ"ל! פטור איז פטור איז פטור... איך בין יעצט געווען אין פ"ד א"ד און מ'האט עס אביסעל באשריבען. ליינסט דארטען?
 

מוזר

New member
דא האסט דו דער לינק

אבער ס'א געשלאסענע פארום. דארפסט בעטען מ'זאל דיר אריינלאזען, איך האב דיר געשיקט יענעם'ס אדרעס אין מסרים
 

מוזר

New member
די אדרעס איז דארטען, קוק איבער

און די פריוואטע אדרעס טאקע האב איך טאקע פארגעסען צו שיקען...יעצט דארפסט דו עס שוין האבען
 

ה מ ש י ח

New member
ניצול שירשור../images/Emo26.gif

שבת שלום לכולם!!!!!!!!!!!!!!! רציתי להודיע ששנת הלימודים מתחילה ואני חוזרת לרמת הגולן אז אני נפרדת לשלום לשלושה חודשים הקרובים.
להתראות בינתיים! שונית משיח
 
למעלה