נועם סטאריק
New member
א גוטע וואך ברידער
אזוי ווי איך קלייב זיך צונויך כלערליי ארבייטן וואס האבן צו טאן מיט יידיש בין איך ליידער א ביסל פארנומען. איך וועל נישט לייקענען און זאגן אז איז נישט הנאה דערפון, אדרבא און אדרבא, איך שעפ גרויס פארגעניגן פון די אלע נייע ביזנעסן. איז אזוי: קודם כל, וועל איך אנפירן דאס טישל פון י. ל. פרץ פארלאג אין "שבוע הספר" אין תל אביב, דאס הייסט אז אויטאמאטיש וועלן די מיטגלידער פון פארום באקומען א ביליגערן פרייז פאר די ביכער וואס איך וועל פארקויפן, דאס אלץ אויב איר וועט מיר זאגן אז איר זיינט פון פארום
. דערנאך פאר איך אוועק קיין ווארשע אויף דריי און א האלב וואכן צו אנטיילנעמען אין א סעמינאר פאר יידיש. דאגהט נישט ברידער, מסתמא וועל איך דארט אויך נישט אזוי ליידן, כאטש פון די פאלאקן ווייס איך נישט וואס צו דערווארטן, זיי קענען מיר אנפאלן פאר זיך נישט צעקושן מיט יעדע פרימאדאנע וואס וועט זיך דערנענטערן צו מיר. אט די פאלאקן זיינען פון אנטוויקלסטע ברואים אויף דער וועלט, איך מיין, זיי האבן זיך דערווייטערט פון דעם האמא-סאפיענס אזוי ווייט אז זיי האבן שוין פארגעסן אז מיר זיינען נאר מענטשן און פארגעסן א מאל דאס צי יענץ... מירצעשעם, אויב גאט מיטן שטן וועלן שלום מאכן, וועל איך אויך דערלעבן צו ארגאניזירן קאנצערטן און אנדערע פריילעכס אין תל-אביב אבער דאס וועט אלץ זיין פון אגוסט אן, נישט איצט.