"אוכל למחשבה"

"אוכל למחשבה"../images/Emo48.gif

איך מוז אײַך דערצײלן אַז איך האָב זיך לעצטנס פֿאַרליבט אין דעם קאָך-פּראָגראַם "אוכל למחשבֿה" וואָס ווערט טראַנסמיטירט יעדן מוצאי-שבת אויפֿן "קאַנאַל 8". איך ווײס נישט ווי אַזוי דער שעף אייל שני מאַכט אַזעלכע ניסים, איך בין גרײט אַוועקצוגעבן מײַן האַלב עולם-הבא כּדי צו פֿאַרזיכן אײנע פֿון זײַנע געקעכץ… איך האָב אַ מאָל געמײנט אַז ס'איז נישטאָ וואָס צו זען אין טעלעוויזיע, אָבער איצט ווײס איך אַז כאָטש דאָס האָט יאָ עפּעס ווערט, און נישט נאָר עפּעס נאָר טאַקע אַ אמתע מציאה.
 

גאטליעב

New member
איך בין נישט זיכער אז עס לוינד זיך

אויף וואס מיינסטו וועסטו עולם-הבא באקומען? אויפן זיין דער פירער פון הלל?
(אויף א וויץ)
 
אַזוי גאָר?

וואָס איז מיט די אַלע מצוות וואָס כ'האָב געמאַכט און 17 יאָר פֿון מײַן לעבן? געגאַנגען קאַפּוט? ווײסט וואָס?! אויך פֿאַרן האָרעווען אין הלל וועל איך באַקומען שׂכר אויף יענער וועלט, נאָר איך בין מתפּלל יעדן טאָג אַז גאָט זאָל מיר נישט שטראַפֿן בײַם אַרײַנלײגן מיר אין גן-עדן צוזאַמען מיט די אַלע חכמים און צדיקים וואָס זיכער בײַטן זײ די זאָקן אײן מאָל אַ וואָך…
 

יואלישל

New member
נאר מיט וועמען יא?

אזעלכע גדולים ווי אלבערט איינשטיין און אייזיק ניוטאן, וועלכע האבן פארגעסן צו וואשן זיך, עסן פרישטאג, און רעדן צום אייגענעם ווייב?...
 
למעלה