איך פאר לערנען אין א סעמינאר פאר
יידיש אין ווארשע. מיר זיינען א גרופע לערער וואס פארן גיבן דעם סעמינאר. די תלמידים קומען פון פארשידענע מזרח-איראפעישע לענדער אויף אן אינטענסיוון קורס פון דריי וואכן ווו זיי וועלן באקומען א "שליסן" צו יידיש, עפעס צו קענען לייענען און פארשטיין. אנדערע לעקציעס ווערן געגעבן דארטן דורך פראפעסארן פון ישראל און איבער דער וועלט. איינער פון זיי איז דער באוווסטער פראפ. דוב נוי און נאך אנדערע. אין פאר דארט זיין א לערער פון יידיש, נישט פון דער יידישער גראמעטיק נאר אזא מין "אולפן" ווו מען לערנט מער ווי ארויסצורעדן און ווי צו פארשטיין מער באקאנטע זאצן אין פארשיידענע טעמעס.