'אַ ייִדישע מאַמע'

בן הצבי

New member
'אַ ייִדישע מאַמע'

לעצטער זונטיק האָט געקומען אין אונדזערע שטאָט אַ ייִדישער טיאַטער. זײ האָבן טאַקע געשפילט אױף רוסיש, אָבער דאַנקן ג–ט איך האָב געלערנט גענוג רוסיש כדי קאַטשיע זיך פֿון געלעכטער... איך װעל אײַך דערצײלט צװײ טײלן װעגן 'אַ ייִדישע מאַמע' – אײנער קלינגט זײַן מאַמע: דער זון: האַלאָ? די מאַמע: יאָ, װער ביסטו? דער זון: דאָס איז יענק'ל!! די מאַמע: יענקעלע!! אַ וואוּ ביסטו געװען?! איך און דײַן פֿאָטער האָבן נישט געשלאָפֿט דער גאַנצע נאַכט!!!! יענק'ל: אָבער מאַמע, איך בין שױן 38 יאָהר אַלט.. די מאַמע: פונקט אַזױ!! ביסט נאָר 38!! יענקל: מאַמע, איך דאַרף זאָגן עפעס. די מאַמע: װאָס? יענקל: איך האָב חתונה געהאַט. די מאַמע: נו, מאַכט נישט אויס, אבי לעבסט און ביסט געזונט. קום אַהײם, מ'זאל אויף עפֿענען אַ טיש, מיר זאָלן לײגן אַ פֿלעשעלע װײַן אויפֿן טיש.. יענקל: מאַמע, מאַמע, איך האָב נאָך עפּעס דיר צו דערצײלן... די מאַמע: װאָס מ'קען נאָך זאָגן? יענקל: מײַן װײַב איז נישט קײן ייִדענע. די מאַמע: נו, מאַכט נישט אויס, אבי לעבסט און ביסט געזונט. קום אַהײם, מ'זאל אויף עפֿענען אַ טיש, מיר זאָלן לײגן אַ פֿלעשעלע װײַן אויפֿן טיש.. יענקל: אָבער אַ װאו זאָל איך און מײַן װײַב שלאָפֿן? די מאַמע: װאָס הייסט? אויף אונדזערע בעט! יענקל: איז אַ וואו זאָלט שלאָפֿן? די מאַמע: דײַן טאַטע װעט שלאָפֿן אין זאַל. יענקל: אַ דו אַ וואו? די מאַמע: יענקעלע, דאגה נישט, דאָס – װעל איך נישט אויסלעבן...... און נאָך עפעס: א בחור האָט געקומען צו זײַן מאַמע און געזאָגט: "מאַמע, איך װיל חתונה האָבן מיט רבֿקה'לע". מאַמע: פֿאַרװאָס דװקא מיט איהר? דער בחור: װײַל איך האָב איהר ליב!! מאַמע: נו איז װאָס?! דײַן טאַטע האָט ליב געפֿילטע פֿיש אָבער חתונה האָט ער געהאַט מיט מיר...
 
למעלה