נועם סטאריק
New member
אַ ביסל נײַעס:
1. דאָנערשטיק פֿאַר נאַכט בין איך געגאַנגען אויף אַ שפּאַציר אין גאולה אײַנקויפֿן עפּעס אויף שבת. איך האָב מיטגענומען אַ יונגע פּוילישע מײדל וואָס לערנט איצט אין אוניווערסיטעט און דעם ייִדישן אָפּטײל. מיט זענען פֿאַרבײַ אַ קיאָסק וואָס פֿאַרקויפֿט צײַטונגען, האָב איך איר געוויזן 4 וואָכנבלעטער וואָס גײען אַרויס אויף ייִדיש. צווײ פֿון זײ דאָ אין ישׂראל. האָט זיך מיר געפֿרעגט פֿאַרוווּנדערט: "איז פֿאַר וואָס זאָגט מען מיר אין אוניווערסיטעט אַז ייִדיש איז 'געווען'. אָט זע איך פֿרישע בלעטער... האָ?!." 2. אפֿשר מאַכט מען זיך אַ מנהג צו דערצײלן יעדן מוצאי-שבת אַ חסידישע מעשׂהלע, אַזוי ווי דער מינהג איז ווען מע פּראַוועט מלווה-מלכּה. איז אויב נישט לויט דעם יאָרצײַט, זאָל זײַן סתּם אַ מעשׂהלע. איך האָב געמײנט אַז איך וועל האָבן וואָס צו דערצײלן, אָבער גאָרנישט קריכט מיט נישט אין קאָפּ. אַ גוישע קאָפּ 3. דאָס וואָרט "אויסטשוכען" (איך פֿאָר זיך אויסטשוכען אין דער שווײץ) נעמט זיך פֿון סלאַווישע שפּראַכן? קען אײנער שרײַבן עפּעס גענוי וועגן דעם? נפֿתּלי?