האם הוא שלל את קיום העם יהודי?
האם האדם שכתב שורות אלו - שלל את קיום העם יהודי? אתה מוזמן לקרוא את הכל - ולהטיל ספק בכך, או לקרוא רק את הבית הלפני אחרון - ולהמשיך להשאר בדעה הזאת:
איך בין א ייד דער וויין פון דורותדיקן דויער האט מיך געשטארקט אין וואנדערוועג . די בייזע שווערד פון פיין און טרויער קאן ניט פארניכטן מיין פארמעג - מיין פאלק, מיין גלויבן און מיין בליען , זי האט מיין פרייהייט ניט געשמידט . אונטער דער שווערד האב איך געשריען :
איך בין א ייד ! ניט פרעהס שלעק, ניט טיטוס, המן האבן צעברעכן אים געקענט , מיין שטאלץ געמיט. עס טראגט מיין נאמען די אייביקייט אויף אירע הענט . מיין שווונג איז קלענער ניט געווארן אויף שווארצע שייטערס פון מאדריד , עס שאלט מיין רום דורך צייט און יארן :
איך בין א ייד ! ווען ס'האט דער מצרי איינגעמויערט מיין לייב אין ווענט, האט וויי געטון , און כ'האב פארזייט מיט וויי די רויערד און אויפגעגאנגען איז א זון . אונטער דער זון האט זיך געצויגן א וועג מיט בודיקעס באשיט , זיי פלעגן שטעכן מיר די אויגן -
איך בין א ייד ! די פערציק יאר פון אוראלט לעבן , וואס כ'האב געקרענקט אין מידבר-זאמד , האבן מיין עלטער מוט געגעבן ; בר-כוכבאס רוף האט אויפגעפלאמט אויף יעדן קער פון מיינע ליידן , און מער פון גאלד האב איך פארהיט די איינגעשפארטקייט פון מיין זיידן -
איך בין א ייד ! דער קלוגער קנייטש פון ר' עקיבא , די חכמה פון ישעיהוס ווארט האבן גענערט מיין דארשט - מיין ליבע און זי מיט האס צונויפגעפארט ; דער שוואונג פון מכבייערס העלדן אין מורדים-בלוט אין מיינעם זידט , פון אלע שייטערס פלעג איך מעלדן :
איך בין א ייד ! ס'האט אונדזער שלמהס ווונדער-שכל אין וואנדערוועג מיך ניט פארלאזט , און היינריך היינעס קרומער שמייכל האט אויך גענוג מיר בלוט געקאסט . איך הער יהודה הלויס קלאנגען יארהונדערטער און ווער ניט מיד , כ'האב אפט געוועלקט, נאר ניט פארגאנגען -
איך בין א ייד ! דער רויש פון מארקן אמסטערדאמער האט מיין שפינאזען ניט געשטערט אליין די רוימען מאכן גראמער ; די זון פון מארקסן אויף דער ערד האט אפגעפרישט מיט רויטקייט נייער מיין אוראלט בלוט אין מיין געמיט און מיין ניט-אויסגעלאשן פייער -
איך בין א ייד ! אין מיינע אויגן איז פאראנען די שיין, די שטילקייט און דער דראנג פון זונפארגאנג ביי לעוויטאנען , פון מענדעלעס געבענטשטן גאנג , די שארף פון רוסישע באגנעטן , דער בלענד פון קארן אינעם שניט , איך בין א זון פון די סאוועטן ,
איך בין א ייד ! דאס ווידערקול פון חיפהר האפן הילכט אפ, ווען ס'טוט א קלונג מיין קול , די אומבאמערקטע טעלעגראפן דערטראגן מיר דורך ים און טאל דעם שלאג פון הארץ אין בוענאס-איירעס און פון ניו-יארק א יידיש ליד , דער שוידער פון בערלינער גזירות ,
איך בין א ייד !
איך בין א ייד, וואס האט געטרונקען פון סטאלינס ווונדער-כוס פון גליק , ווער ס'וויל, אז מאסקווע זאל פארזונקען , די ערד פארקערעווען צוריק , דעם זאג איך: לא! דעם זאג איך: נידער ! כ'גיי מיט די מיזרח-פעלקער מיט , די רוסן זיינען מיינע ברידער - און כ'בין א ייד ! מיין רום - א שיף אויף ביידע שטראמען , מיין בלוט די אייביקייט באשיינט , מיין שטאלץ איז יעקב סווערדלאווס נאמען און קאהאנאוויטש - סטאלינס פריינד . מיין יוגנט טראגט זיך איבער שנייען , דאס הארץ איז פול מיט דינאמיט , מיין מזל פלאטערט אין טראנשייען ,
איך בין א ייד ! און אויף צעקיפעניש די שונאים , וואס גרייטן קברים שוין פאר מיר , וועל איך אונטער די רויטע פאנען נאך האבן נחת אן א שיעור . כ'וועל מיינע ויינגערטנער פארפלאנצן און פון מיין גורל זיין דער שמיד , כ'וועל נאך אויף היטלערס קבר טאנצן !
איך בין א ייד ! ולמי שמתקשה להבין, להלן תרגום של הבית השני:
“I Am a Jew.” Pharaoh and Titus, Haman made their aim To slay me in their times and lands, Eternity still bears my name Upon its lands. And I survived in Spain the rack, The Inquisition fires, too. My horn sounded its message back: I am a Jew