צו שלום בערגער

גאטליעב

New member
צו שלום בערגער

וואס הערט זיך מיטן יידיש-שפראכס פראיעקט? עס רירט זיך דען עטוואס?
 
צו ביסלעך, יאָ

(זײַט מוחל וואָס כ´רוף זיך אָפּ מיט אַ פֿאַרזאַמונג – כ´האָב צום באַדויערן ווייניק צײַט אַרײַנצוקוקן צום „פֿאָרום“.) יוגנטרוף (די גרופּע אין וועלכער כ´בין „אויסגעקאָכט“) האָט עטעלעכע פּראָיעקטן לטובֿת ייִדיש, כ´ווייס ניט וועלכן איר מיינט. נאָר על רגל אַחת: 1. די „ייִדיש־סבֿיבֿות“ גייען גאַנץ גוט, דאַכט זיך. דער ציל איז אַזאַ: קליינע גרופּקעלעך 8-6 מענטשן זאָלן זיך צונויפֿקומען צו פֿאַרבעסערן זייער לשון און אָנצוהייבן אויפֿבויען ייִדיש־רעדנדיקע געגנטן. אין ניו־יאָרק זײַנען שוין פֿאַראַן דרײַ אַזעלכע „סבֿיבֿות“, און אַ פֿערטע וועט אי“ה צוקומען אין האַרבסט. 2. דער „קהילה־פֿאָנד“ באַוויליקט סטיפענדיעס די, וואָס ווילן זיך איבערקלײַבן לעבן אַנדערע ייִדיש־רעדערס און דאָרט העלפֿן שאַפֿן אַ ייִד´־רעדנדיקן ציבור. הײַיאָר (ס´הייסט 3-2002) איז געווען דער ערשטער סטיפּענדיע־ציקל, און מיר האָבן שוין אויסגעטיילט צוויי סטיפּענדיעס. מיר האָבן אויך זייער אַ געראָטענע קאַנדידאַטקע אויף דער דריטער. בקיצור, ניט צו פֿאַרזינדיקן. כאָטש אַלץ איז דערווײַלע אויף אַ קליינעם מאַסשטאַב. מע דאַרף לעבן מיט בטחון! אַ דאַנק פֿאַר אײַער אינטערעס! שלום ע"ש: כ´וויל ניט פֿאַרפֿעלן אַ געלעגנהייט צו דערמאָנען אין מײַן פּערזענלעכן פּראָיעקט: אַ ייִדישע איבערזעצונג פֿון קינדער־קלאַסיק „The Cat in the Hat" (בעבֿרית חתּול תּעלול). „די קאַץ דער פּאַיאַץ“ וועט זײַן אַרויס אי“ה אין אויגוסט. הנ"ל
 
למעלה