יקום-פורקן זאגסטו?
איין חתן האט געוואלט פון זיין יונגע ווייבל צוויי מאהל א נאכט. דאס ווייב האט געוואלט א ביסל זיך שלאפן, און זי האט גערעדט מיט איהר פאטער וועגן דעם. זאגט דער שווער: ``טאכטער טייערע מיינע, דאגה נישט. איך וועל רעדן מיט דיין מאן``. קומט דער שווער צום חתן און פרעגט איהם: וואסזשע מיט דיר? וואס מיינסטו, אז מיין טאכטער איז א מאשין? זי דארף נישט שלאפן בא די נעכט? ``שווער לעבן``, זאגט דאס איידעם, `` איך וועל אייך אלצדינג באווארענען. איהר זאגט אום שבת צוויי מאהל יקום-פורקן?`` ``א ודאי``, ענטפערט דער שווער. ``פארוואסזשע טאקע צוויי מאהל? איין מאהל איז אייך נישט גענוג?`` ``וואס הייסט פארוואס?!`` בייזט זיך דער שווער אויף די אפיקורסישע שאלה, ``ס`שטייט דאך צוויי מאהל!`` ``נו, פארשטייט איהר``, זאגט איהם דאס איידעם, ``בא מיר שטייט עס אויך צוויי מאהל``...