מאי קא משמע לן?

מאי קא משמע לן?

איך בין נישט זיכער אז דאס איז דעם ליד פון אברהם רייזן, אבער אין מיינע קינדער יארן פלעגט מען דאס זינגען בעיקר פאר בר מצווה יינגאלאך. מי פראגעס פארוואס וויינסטו ביי די גמרא און אזוי וייטער.

עס קען אייך זיין אז דאס איז א חרדישע ווערסיע פון דעם ליד פור רייזן, וואז די ווערטער צו דעם האב איך אייך נישט געטראפן איבערן נעץ.

א גוט וואך.
 
לויט מיר איז רייזן געווען אן אפיקורס


קיין חרדי וועט נישט זינגען א זעלכע ווערטער.
מסתמא, האט מען איבערגעדרייט די ווערטער ביי אייך...
 

חייםלוי

Member
מנהל
אברהם רייזן איז געווען א קאמוניסט

דאס האט נישט געהאלפן זיין ברודער זלמן רייזן (גער מחבר פונעם לעקסיקאָן פון דער ייִדישער ליטעראַטור, פּרעסע און פילאָלאָגיע וואס דערמארדעט געווארן דורך סטאלינען אין 1938.
 
איך מיין די ליד


מאַי קא משמע לן דער רעגן
װאָס זשע לאָזט ער מיר צו הערן?
זײַנע טראָפּנס אױף די שױבן?
קײַקלען זיך װי טריבנע טרערן.
און די שטיװל זײַנען צעריסן,
און עס װערט אין גאַס אַ בלאָטע;
באַלד װעט אױך דער װינטער קומען
כ'האָב קײן װאַרעמע קאַפּאָטע.

מאַי קא משמע לן דאָס ליכטל
װאָס זשע לאָזט ער מיר צו הערן?
ס'קאפּעט און עס טריפּט איר חלבֿ
און ס'װעט באַלד פֿון איר נישט װערן.
אַזױ צאַנק איך דאָ אין קלײזל,
װי אַ ליכטל שװאַך און טונקל.
ביז איך װעל אַזױ מיר אױסגײן,
אין דער שטיל, אין מזרח װינקל.

מאַי קא משמע לן דער זײגער
װאָס זשע לאָזט ער מיר צו הערן?
מיט זײַו געלן ציפֿער-בלעטל,
מיט זײַן קלינגען, מיט זײַן שװערן.
ס'איז אַן אָנגעשטעלטע כּלי,
ס'האָט קײן לעבן קײן געפֿילן,
קומט די שעה דאַן מוז ער שלאָגן,
אָן זײַן רצון אָן זײַן װילן.

מאַי קא משמע לן מײַן לעבן
װאָס זשע לאָזט ער מיר צו הערן?
פֿױלן, װעלקן אין דער יוגנט,
פֿאַר דער צײַט פֿאַרעלטערט װערן.
"עסן טעג" און שלינגען טרערן.
שלאָפֿן אױפֿן פֿױסט דעם האַרטן.
טױטן דאָ דעם "עולם-הזה"
און אױף "עולם-הבא" װאַרטן.
 
למעלה