וועגן יצחק לודען

יואלישל

New member
וועגן יצחק לודען

ער איז, ווי איך פארשטיי, איינער פון די פראמינענטסטע שרייבערס אין אידישן "פארווערטס". זיין קאלום געפינט זיך אויף א בכבודיק ארט, נעבן דעם עדיטאריעל. איך פרואוו זיך אבער דערגרונטעווען, וואס אזוינס איז מיט אים די גדולה? רעדן רעדט ער, במחילה, נישט צו דער זאך. זיינע שטעלונגען באציען זיך געווענלעך צו די געשעענישן ווי ער וואלט געוואלט זיי זאלן זיין, נישט ווי זיי זענען למעשה. אזוי אויך איז ער כסדר פארנומען אויסזוכן עוולות און אראפרייסן די רעכטע פאליטיק פון ישראל, אין שפיץ פון פרעמיער אריק שרון. איך בין נישט קיין ציוניסט, אבער זיינע וואנזיניקע רעווערייען און כסדרדיקע קריטיק, אפגעזען פונעם אמת און די אלטערנאטיוון וועלכע זענען פיל ערגער, שלאגן שוין צו דער גאל. א שרייבער מעג, און אפטמאל מוז קריטיקירן. דאס איז איינע פון זיינע אויפגאבעס אלס זשורנאליסט. לודען אבער טוט דאס מיט פארלוימדונג, מיט שקרים, און מיט גרינער שנאה. ווער רעדט נאך פון דעם, וואס זיינע פאליטישע איבערצייגונגען, די לינקע, איז א טאטאלער באנקראט.
 
למעלה