די נאכט פון פסח

אלפאנס

New member
די נאכט פון פסח

דערנענטער דעם טאג וואס איז ניט טאג און ניט נאכט לאז וויסן, אז דיינס איז דער טאג און דיינס איז די נאכט שטעל וועכטער אוועק פאר דיין שטאט דורך טאג און דורך נאכט לייכט אויף ווי מיט טאגליכט דעם חושך פון נאכט און ס'איז געשען אום האלבער נאכט טייערע יידן, עס קלינגט באקאנט? אלע יידן וועלן דאס לייענען אין ליל הסדר. דאס איז א פיוט פון ינאי (אין ארץ ישראל, אין אנהייב פון 7-טן יארהונדערט. פאעט און רבי פון בארימטן פייטן אלעזר הקליר). א זייער וויכטיק יידישן פאעט- י. י שווארץ האט דאס איבערגעזעצט אויף יידיש. איך האב דאס גענומען פון זיין בוך 'העברעישע פאעזיע' (ניו יארק 1942). איך ווינטש אלע יידן א פריילעכן און א כשרן פסח!
 

חייםלוי

Member
מנהל
ולמי שלא זיהה

הרי זה הפיוט קרב יום אשר הוא לא יום ולא לילה הנמצא בהגדה. זייער אינטערעסאַנט אלפאנס. אויב דו האָסט נאָך אַזעלכע אינטערעסאַנטע מאַטעריאַלן ברענג זיי צום פֿאָרום.
 
למעלה