"גראמען פון בר מצווה״

"גראמען פון בר מצווה״

התבקשתי לבקש פרטים על המושג, שירים מילים וכל מידע על הנושא.

תודה לכם אנשים יקרים, שיהיה שקט לכל עם ישראל ממני- מכל הלב...................
 
כמו שזה נשמע

בחגיגות בר מצווה של נערים חרדים מכינים החברים שלו מערכונים וברכות בחרוזים.

יש שיר אחד שאני מנסה להזכר במילים שלו המתחיל כך: היינטיגן טאג האסטו בר מצווה, ווינטש איך דיר ברכות אן א קיצבה...

אנסה להשיג את המילים.

שבוע טוב ומבורך בבשורות טובות.
 
תודה לך מקרב לב


 
זה מה שיש בינתיים

הערט זיך איין טייערע ברודער,
האלו זיך רואיג מאכט נישט קיין גערודער,
וועל איך אייך זינגען טייערע לידער,
אז עס וועט אייך צוגיין אין אייערע גלידער.

היינטיגן טאג ווערסטו בר מצוה ,
ניר ואונטשן שיר אן ברכות אן א קצבה,
על כוס יין מאכן מיר לחיים,
מיר וואונטשן צו אהבת תורה ויראת שמים.

ברשות האל הגדול והנורא,
האייב אן דיין דרשה פון די הייליגע תורה,
און די זאלסט עס ארויס געבן מיט א פארגעניגען,
אזוי ווי די אלטער שטייגער פון די גמרא׳ס ניגון.

שייד זיך אפ פון דיינע קינדערישע יארן,
פארגעס הבל הבלים ווייל די ביסט שוין א גדול געווארן,
דעריבער שטעל זיך אויף און זאג מיט א געשמאק,
יעמוד יעמוד חתן הבר מצוה חזק.
 
המשך

אזוי וי דיין דרשה האט אונס זייער געפאלן
ד׳ אמות של הלכה זאל דיר השי״ת געבן,
וייל די האסט עס ארויס געגעבן מיט א פארגעניגען,
גרויסע עניינים פון הלכות תפילין.

ווען דער יצר הרע וועט קומען צו דיר,
און ער וועט דיר זאגן קום צו מיר,
זאלסטו לערנען אסאך תורה,
וועט ער האבן פון דיר שטענדיג מורא.

אז דער יצר טוב וועט קומען צו דיר,
און ער וועט דיר זאגן קום צו מיר,
זאלסטו עם שטעלן לעבן דיר,
און ער וועט לערנען תורה צוזאמען מיט דיר.

מיט א פארגעניגען האבן דיינע חברים באשלאסן,
צו דיר שיקן א מתנה פארן ליבן חתן,
לכבוד די הייליגע טאג פון דיינע יארן,
און די זאלסט לערנען און האלטן בזכרון.
נא דיר דיין מתנה מיט פוהל ברכות באגלייט,
תורה און גדולה געשלאסן מיט א גאלדענע קייט,
אזוי וי די האסט געלערנט תורה און חיידער,
זאלסטו לערנען תורה כסדר.

השי״ת זאל אונז שטענדיג געבען,
אז מיר זאלן האבן געזונט און לעבען,
כלל ישראל גרויס און קליין,
ובא לציון גואל אמן ואמן.
 
למעלה