נועם סטאריק
New member
וואס כ'האב היינט געשריבן אין בלאג
הערט אַ מעשׂה: אַ ייִד האָט אַ מאָל געזוכט דעם אמת. געזוכט מישטיינס געזאָגט. ער האָט געקלעטערט אויף בערג און טאָלן, איבערגעוואַנדערט גאַנצע מדבריות, ער האָט שוין געזען גרינע ווערעם. ביז איין מאָל אַ פֿאַרנאַכט דערזעט ער אַ מערה אויפֿן שפּיץ באַרג, דער אַרײַנגאַנג איז געווען פֿאַרשטעלט מיט שפּינוועבאַכץ, און דער ייִד רייסט זיי אויף און קריכט אַרײַן אין דער פֿײַכטקײט און זעט פֿאַר זײַנע אויגן אַן אַלטע פֿרוי מיט אַ צעקוועטשטן גוף, אַ הויקער נעבעך וואָס לאָזט זי נישט רירן פֿון אָרט, מיאוס ווי אַ מאַלפּע, און אַ געשטאַנק פֿון טויטע ווערעם אַרום איר... "דו זוכט דעם אמת, אַיאָ?" פֿאַרציט זי די נאָז. "יאָ! ווי קומט עס צו דיר?" האָט דער ייִד זיך געוווּנדערט. "טײַערינקער, איך בין דער אמת! איך בין דאָ פֿאַרוואָרפֿן טאַקע, אָבער ווי דו זעסט, דו האָסט געזוכט דעם אמת, ביסטו אַהער געקומען", און זי האָט זיך איבערגעהאַקט מיט אַ קוויטש. האָבן זײ בײדע פֿאַרווײַלט אַ ביסל, און דער ייִד וואָס איז געווען צופֿרידן מיט דער מציאה, האָט זיך שוין געפּעקלט אין וועג אַרײַן. גיט ער אַ פֿרעג די אַלטיטשקע צי זי וויל ער זאָל דערציילן אויף איר עפּעס פֿאַר דער גאָרער וועלט. האָט זי אים אָפּגעזאָגט פֿון דעם און אַוועקגעמאַכט מיט דער האַנט "גיי־גיי....". ווען דער ייִד איז שוין געגאַנגען אַ שטיקל מהלך אין וועג אַרײַן, לויפֿט זי אים נאָך און שרײַט: "ווייסטו וואָס? דערצייל אַז דו האָסט געפֿונען דעם אמת ערגעץ אין אַ מערה... און זי איז שיין, ריין, יונג, מיט אַ ליכטיקן פּנים... וואָס האַרטו דיר?" רבותי, דער נמשל? שטעלט זיך פֿאָר אַז אַ ייִדישיסט זאָל שרײַבן מיט ייִדישע קידוש־לבֿנה־אותיות: ייִדיש לעבט נישט מער! http://www.israblog.co.il/blogread.asp?blog=7203