יום משפחה שמח וחודש טוב

מנדלמוס

New member
וגם חודש טוב. הכל טוב.

משנכנס אדר מרבין בשמחה. ווען ס'גייט אריין דער אדער איז גוט פאר דעם פירים.
 
א שמחה א גדולה אויף אייער קאפ../images/Emo9.gif

א בי זאל זיין פריילעך ביי די יידן.
 
א שיינע מתנה../images/Emo3.gif

פאר א זיידן, אין פאל ווען ער קאן נישט קיין יידיש...
 
../images/Emo197.gif

בן אהרן, זיידעס וועלעכע קענען נישט קיין יידיש איז נעבעך א ביטער רחמנות אויף זיי. און אז מען שמועסט שוין פון מתנות, טראכט איך ביי מיר אז א שיינע מתנה וואלט געווען פאר אונדז אלע, ווען די רעליגיעזע פארטיי "יהדות התורה" וואלט אויסגעפירט אירע וואלן-פראפאגאנדע אין ראדיא און אין די טעלעוויזיע אויף יידיש. איך וואלט זיי גערן און אומזיסט ארויסגעהאלפן מיט פאסיקע סלאגענען. הערסט בן אהרן, נאר טראכטענדיק דערפון, כאפט מיך אן א געלעכטער אז איך מאך שיער אין די הויזן.. לויט מיין מיינונג וואלט די פארטיי ארויס פון אזא אויספיר ברווח גדול. איך געדעק, אז אין איינע פון די לעצטע וואלן, האט א תיימענער קאנדידאט פון עפעפס א פארווארפענע פארטיי אויסגענוצט די פאר מינוט וואס ער האט באקומען פאר זיינע וואלן-פראפאגאנדע אין ראדיא, און געהאלטן א דרשה אויפן תיימענישער לשון. דאס איז געווען א ריזיקן איינפאל, ווירקלעך איז ער דורכגעפאלן ביי די וואלן, אבער דער איינפאל האט אים שטארק באוווסט געמאכט.
 
יאהווה יאהווה תימענישער שמינישער

ווער ס'רעדט צו מיר א ווארט יידיש, שטים איך פאר אים. חרדים, חילונים, רעכטע מיט רעכטע הענט, לינקע מיט לינקע הענט. אלעס לייג איך אריין אין זעלבן קאנווערט, גארנישט גייט צום פארלוירן
פארלאזט זיך אויף מיר, ר' שניאור...
נאש קונטרול !
 
למעלה