שמעו נא המורים

הומינר

New member
שמעו נא המורים

איך דאווען אין החאבאצקער שול, אין ק"ק יקנעם עילית. היינט אין שול , מען אענדיקט לעיענען די פרשה - צו - און דער בעל מפטיר הייבט אן זאגען די הפטרה פון שבת הגדול, - וערבה לה' - און דער רב האלט העם איין און זאגט העם צו זאגען אן אנדערע הפטרה, און הער גיט דעם בעל מפטיר הביכאלע פון חב"ד און דארטען שטייט אן אנדערע הפטרה, נו דער רב זאגט טוט מען ואס הער זאגט, האבער נאך די הפטרה הייבט דער רב דארשענען כדרכו בקודש, און גיט צייט צו פרעגען שאלות, פרעג איך אים, רעבעניו, פארואס האסטו נישט געלאזט דעם בעל מפטיר זאגען - וערבה לה' - איינעה פון די טעמים ואס מען רופט דאס שבת הגדול, איז צוליב דעם פסוק פון די הפטרה - הנה אני שולח לכם את אליהו הנביא לפני בוא יום ה' הגדול והנורא, און מען האט נישט געזאגט דעם פסוק, הער אט נישט געאט קיין תירוץ אוף דעם הער אט מיר אפגעשמריט האביסעל, האבער הער אט מיר נישט געאענטפערט, אפשר אונזערע מלומדים האבען האענטפער צו דעם, הייב מען האט דאס געאענדערט מן הסתם איז דא הסיבה, זייט זיך מויחעל מלומדים און זוכט הגוטען תירוץ
 

בן הצבי

New member
א תירוץ ווייס איך נישט,

אבער אין חומש ``תורה תמימה`` (און רוב מנהגים פון יהודי רוסלאנד גייען נאך וואס שטייט אין דעם חומש, און דער ליובאוויטשער רבי זכר צדיק לברכה פלעגט הערן די קריאה פון דעם חומש) שטייט אז ס`איז פאראן א פאר מנהגים אין דעם, איינער, אז מ`לייענט ``וערבה`` נאר אויב שבת-הגדול איז אויך ערב-פסח, (און אזוי איז דער ליובאוויטשער מנהג). אבער למנהג הגר``א, אזוי שטייט דארטן, מ`לייענט אלעמאל ``וערבה``, נאר אין א פאל אז שבת-הגדול איז אויך ערב-פסח, מ`לייענט דאס ניט.
 
למעלה