משנכנס אדר מרבין בשמחה

matanpt

New member
משנכנס אדר מרבין בשמחה../images/Emo151.gif

חודש טוב חברים.
וגם יום משפחה שמח
 
משנכנס אדר.

א פריילעכן חודש פאר אלע. לויטן פשעטל וואס כ'האב געהערט א מאל, קומט אויס אז היינט איז דער טרויעריקער טאג אין יאר. ווי אזוי? עס שטייט אין שו"ע: "משנכנס אדר מרבין בשמחה", עס שטייט נישט געשריבן, ווען מע הערט אויף.. און ביים חודש אב, שטייט געשיבן: "משנכנס אב ממעטין בשמחה", עס שטייט דא אויך נישט ווען מע הערט אויף, קומט אויס לויט'ן פשעטל, אז ערב אדר איז דער טרויעריקער טאג אין יאר, און ערב ראש חודש אב איז דאס פריילעכסטער טאג אין יאר. שטימט ?
 
קלארער מאכן.

עס טוט מיר לַייד אויבּ דאָס פּשעטל איז נישט ארויס גענוג קלאָר. דער לשון "מרבּין" איז מערן, דאָס הייסט, אַז פון אָדר אָן, דאַרפען מערן מיט שמחה. און אַזוי אויך פאַרקערט, בּיים חודש אב, ווייניקער און ווייניקער, בּיז אדר. א פריילעכן ראש חודש.
 

מוטי שי

New member
משנכנס אד"ר

ראשי תיבות רבבות אלפי דולרים, אז, מרבים בשמחה.. עלינו ועל כל עם ישראל.
 
אַ גוטן חודש


איך זיץ בײַ דער אַרבעט, הער זיך צו צום באָבעווער ראַדיאָ וואָס שפּילט מיר איצט "מדלג על ההרים מקפץ על הגבעות" (ווער עס קען דעם ניגון פֿאַרשטײט פֿאַר וואָס ס'מאַכט מיר לעבעדיק פֿרײלעך), חודש אָדר איז שוין אַרײַן. מדלג על ההרים מקפץ על הגבעות... קול דודי... אַ קיצור, כ'האָב סך-הכּל געוואָלט צײַגן אַ בילדל וואָס כ'האָב צופֿעליג הײַנט געזען. זאָל זײַן אַ פֿרײלעכן חודש.
 
למעלה